ווידעאס טשיקאווע נייעס

בושות: באנען מיניסטאר אין אינדיע געכאפט פארשנעלערן די “שנעלע באן” ווידעא – די ווידעא צוגעלייגט

פיאוש גויאל, דער באנען מיניסטאר פון אינדיע (איך האב אויך נישט געוויסט ביז היינט אז ס’עקזיסטירט אזא פאזיציע), איז פארוואנדלט געווארן אין א צילברעט פון שפאס און ליצנות, נאכדעם וואס ער האט געמיינט אז ער קען ארבעטן אויף דאס מענטשהייט.

דער מיניסטאר האט ארויסגעגעבן א ווידעא, פון אנגעבליך די שנעלסטע באן אויף די וועלט, וואס איז געמאכט געווארן אין אינדיע, און כדי צו איבערצייגן איר שנעלקייט, האט דער מיניסטאר פארשנעלערט דעם ווידעא צו פונקט דאפעלט פון איר אריגינעלע שנעלקייט.

די באן האט געזאלט ארויספארן צו איר הערשטע רייזע פון דעלהעי קיין ווראנאסי קומענדיגן פרייטאג, און לכבוד דעם גרויסן היסטארישן טאג האט רויאל ארויפגעלייגט אויף טוויטער דעם קליפ, און צוגעלייט: “דאס איז א פייגל? דאס איז א פליגער? זעט די ערשטע שנעלע באן פון אינדיע, געבויעט אין די ראמען פון א מעיק אין אינדיע”…

נאר וואס, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע געשיכטע איז ‘פעיק ניוס’; און למעשה איז דאס גארנישט אזוי שנעל ווי ער לייגט עס אראפ…

ווידעא עקספערטן וועלכע ארבעטן פאר א אינדיאנער קאנאל וואס קוקט נאך יעדע נייעס און צונעמט עס, צו זיכער מאכן אז מ’פיטערט נישט דאס פאלק מיט געבעקסן, האבן באלד געזען אז זאכן קלעבן נישט דא, און גאנץ שנעל האט זיך ארויסגעשיילט אז זיי זענען געווען גערעכט…

ווי נאר די נייעס איז ארויס האט דער מיניסטאר א פארשעמטער שנעל אראפגענומען דעם ווידעא פון זיין טוויטער אקאונט, אבער ס’האט נאר צוגעגעבן פרישע הויפענעס מיט בזיונות…

דער מיניסטאר גויאל איז זייער א געשעצטער און רעספעקטירטער מאן אין די מאדי אדמיניסטראציע, אבער ער האט שוין א אלטע היסטאריע מיטן ארויפלייגן צוגעפיצטע און אומקראנטע זאכן אויף זיינע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס.

צווישן זיי א בילד פון א שטארק לעכטיגער הייוועי וואס זעט אויס אינמיטן נאכט פונקט ווי בחצות היום, אבער למעשה האט זיך דאס ארויסגעשטעלט אלס א הייוועי אין רוסלאנד, און האט נישט גארנישט מיט אינדיע…


די ארגינעלע און פארשנעלערטע פאלשע ווידעא צוזאמענגעשטעלט


איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.