דער וויצע פון די קאוסט גארד אין וואשינגטאן, איז ארעסטירט געווארן אויף פארדאכטן אז ער האט פלאנירט דורכצופירן א טעראר אטאקע.
די פאליציי אין מערילענד האט געפינען אין די היים פון דעם 49 יעריגער קריסטאפאר פאל העסאן, א גרויסער זאמלונג פון געווער און וואפן.
העסאן האלט זיך פאר א אמעריקאנער ווייסער סופערמאסיסט, און האט פארמאגט א ליסטע מיט פערזענליכקייטן וועמען ער האט געפלאנט צו אומברענגען.
אויף זיין שווארצע ליסטע האבן זיך געפינען צווישן אנדערע קאנגרעספירערין נענסי פאלאוסי, און דער סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער, אזוי אויך קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע קארטעז.
אזוי אויך האט ער געהאט א ליסטע מיט זשורנאליסטן פון CNN און NBC וואס זענען ‘די פיינט פונעם פאלק’ לויט פרעזידענט טראמפ.
דער ארעסטירטער האט געזאגט פאר די אויספארשער אז ער איז א פראו-רוסישער און נעא-פאשיסטישער מענטש, און אז ער האלט גאר שטארק פון אנדורעס ברייוויק, דער מאסן מערדער פון נארוועגיע.
ס’איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער בריה האט א תאווה צו האקן קעפ. אין 2017 האט ער געשריבן א טוויט אז “איך חלום אויף א וועג צו אומברענגען כמעט יעדן מענטש אויף די וועלט. לכאורה וועט א מגיפה זיין די געלונגענסטע פון זיי, אבער וואו טרעף איך די שפאנישע פלו, די באטאליזם און די ענטרעקס? כ’בין נישט זיכער, אבער כ’וועל שוין עפעס טרעפן”.