אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פלוצימ’דיגע הייסע וועטער צעלאזט געביידעס אין די הארבין אייז פאסטיבאל

א נענטערע בליק אויף די מעכטיגע מויערן פון שניי

פון דער הייעך: די פאסטיבאל אינמיטן די נאכט

די שניי און אייז מאנומענטן פון טויזענטער ארטיסטן אינעם פאסיטבאל אין כינע, איז צעלאזט געווארן פון א פלוצימדיגער הייסער וועטער אינעם שטאט הארבין, וואס האט געברענגט אז מען האט געמוזט פארמאכט דאס ארט אסאך פריער ווי געפלאנט.

די “שניי און אייז וועלט פון הארבין” פארשטעלונג איז פארשלאסן געווארן צען טאג בעפאר איר צייט.

“דאס איז א געהעריגער קריזיס” זאגט א ווארטזאגער פון די ארטיגע פארשטעלונג, און צוגעלייגט אז דאס ווערט פארמאכט וויבאלד די סטרוקטורן ווערן צעלאזט, און שאפט א זיכערהייט געפאר.

געווענליך איז דער וועטער אין הארבין זייער קאלט אין דער ווינטער, און די פראסטיגע טעמפרעטוארן ערלויבן אפצוהאלטן דארט די אייז און שניי פעסטיבאל.

די באזוכער פארן ארום די פאלאצן מיט קעניגליכע קארעטעס

יאר יערליך קומען אן אהין איבער א מיליאן באזוכער, באטראכטנדיג די הערליכע סטרוקטורן וואס ווערט אויפגעשטעלט פון פארשידענע ערטער און געביידעס ארום דער וועלט, אלעס בלויז געבויעט מיט שניי און אייז.

די אלע באזוכער וואס זענען יעצט אנגעקומען קיין הארבין זענען גאר שטארק אנטוישט, און אויפגעברויזט פארוואס מען האט נישט געמאלדן פון פאראויס אז דאס ארט ווערט פארשלאסן פאר באזוכער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.