די רוסישע פאראלאמענט האט די וואך באשטעטיגט א געזעץ וועלכע פארבאט פאר סאלדאטן אין דינסט זיך צו באנוצן מיט סמארטפאונס און טעבלעט’ס.
די געזעץ איז באשטעטיגע געווארן כדי צו פארמיידן פארשפרייטונג פון סענסעטיווע און האקעלע אינפארמאציע אויף סאציאלע מידיע פאלאטפארמעס.
אין צוגאב צו דעם פארבאט די געזעץ אויך צו מאכן בילדער אדער כאפן קליפ’ס ביים דינסט, און עס איז נישט ערלויבט צו ארויפלייגן סיי וועלכע אינפארמאציע אויף זיך אדער אנדערע סאלדאטן און זייערע פאמיליעס אויף די אינטרנעט.
דאס באדייט אז אלע רוסישע סאלדאטן דארפן יעצט קויפן א פשוט’ער פליפ-פאון מיט וואס זיי וועלן זיך קענען באנוצן זייענדיג אין דינסט.
די געזעץ קומט נאכדעם וואס עס איז פארשפרייט געווארן אויף די סאציאלע פלאטפארמעס אזעלכע באריכטן וואס האבן פארשעמט רוסלאנד, וועלכע האבן געוויסט צו דערציילן אז רוסלאנד פארמאגן סופעראטארן אין אוקריינע, און איז דארט אקטיוו.
אין אנדערע פעלער האבן רוסישע סאלדאטן געשיקט פאר זייערע פאמיליעס בילדער וואו זיי געפינען זיך, און געשריבן איבער סאלדאטן וואס זענען אומגעקומען ביים שלאכטפעלד און זייערע פאמיליעס ווייסן נישט דערוועגן.
די געשיכטעס זענען געווען אין קעגנזאץ פון די קרעמלין באריכטן, אז קיין רוסישער סאלדאט איז נישט געשעדיגט געווארן דורכאויס די שלאכטן, אדער אז רוסישע סאלדאטן געפינען זיך בכלל נישט אין יענע געגנטער.