צענדליגע טויזנטער סטודענטן פראטעסטירן אין אלדזשיריע שוין צום פינפטן טאג, קעגן די פלענער פונעם פרעזידענט עבד על עזיז באטפליקא, וועלכער וויל לויפן פאר א פינפטער טערמין, און אזוי קענען ווייטער זיצן באקוועם אויפן כסא מלוכה וואו ער געפינט זיך שוין פאר 20 יאר.
די פראטעסטירער שרייען אז דער 81 יעריגער באטפליקא דארף שוין פריי לאזן זיין שטוהל פאר א צווייטן, און נישט לויפן נאכאמאל אום אפריל 18, וויבאלד זינט ער האט געליטן דעם סטראוק אין יאר 2013 הערט מען נישט פון אים, און מען זעט אים נישט, אפגערעדט אז ער האט נישט גערעדט צום פאלק זינט דאן.
אזא פאראליזירטער פרעזידענט קען נישט פירן דאס לאנד, און איבער דרייסיג פראצענט אלדזשיריער זענען ארבעטסלאז, דערפאר שרייען די פראטעסטירער אז ער האט שוין גענוג צוגרונד געלייגט דאס לאנד.
אבער זיינע פארטיידיגער און ווארטזאגער שרייען אז ער האט אלע רעכטן צו זיין א קאנדידאט, און לויט די געזעץ איז דאס לעגאל.
דאס איז די ערשטע מאל זינט דאן וואס אלדזשיריע זעט פראטעסטן קעגן דעם פרעזידענט, וויבאלד באטפליקא איז זייער א שטייפער פרעזידענט.
זינט ווען ער האט געווינען אום 1999 האט ער אומגעברענגט פילע פון זיינע קעגנער, און דערפאר פרובירן די אלגעמיינע בירגער צו שטיין וואס ווייט פון פאליטיק, ווייל ס’האט געקענט קאסטן מיטן לעבן.