אחים ביחד – חי לייפליין ארגענעזאציע, אין א צוזאמענארבעט מיט כלל ישראל ››› מאמע פון א נישט געזונט קינד
: “די פראיעקט גיבט אונז ערנערגיע און חיזוק אנצוגיין!”
די בארימטע ארגענעזאציע אחים ביחד – חי לייפליין פירט ווי יעדע יאר אן מיט די בארימטע פראיעקט צו זאמלען חנוכה מתנות פאר קינדערלעך וועלכע זענען ליידער נישט געזונט און גייען אריבער פיינפולע צייטן רח”ל.
די געדאנק איז אז מענטשן וואס קויפן חנוכה מתנות פאר די קינדער, לייגן צו אויף די ליסטע עטליכע ווערדפולע חפצים, מתנות, ספרי
ם, שפילצייג, און אנדערע ארטיקלען, און מען טראגט דאס אפ צו אחים ביחד צענטערן און אדרעסן, און פון דארט ווערט דאס אויסגעטיילט.
די קארידארן אין די שפיטעלער זענען איבערגעפולט מיט געוויינערייען פון זיסע אומשולדיגע תינוקת שלא טעמו טעם חטא, שווער צו פארשטיין אויב גייט מען דאס נישט דורך, און שטיינער קענען אויסגיין דאס צוצוקוקן. קינדער זענען אסאך מאל אזוי אינג אז פארשטייען ניטאמאל וואס עס פאסירט מיט זיי, דא קומט צוגעלייגט עטליכע וויינעדיגע עמאודשיס…
די פאמיליעס ארום ווערן צעריסן, מען גייט און קומט פון און צו די שפיטאל, און מען באנעצט די קישענעס. מען האפט און בעט אויף גוטע נייעס, און מען טוט פארשידענע סארט השתדלות צו מעורר זיין רחמים שמים אויף א גענצליכע רפואה שלימה.
דא קומען אריין אין בילד די העלדן פון אחים ביחד, אין די שווערע צייטן ברענגט מען אריין ליכטיגקייט אין די אלע שפיטעלער, מיט פארשידענע מיטלען און וועגן.
קנאק-קנאק! עס הערט זיך די זעץ אויפן טיר, די קינדער עפענען און רופן אויס באגייסטערט “וואולענטירן זענען דא! זיי האלטן שאפינג בעגס!” עס ווערט א פרייד, מען ברענגט אפיר דעם נישט געזונט קינד, און מען לאזט אים וויסן, “עס זענען דא אידן וואס האבן דיר אינזינען, אידן וועלכע האבן רחמנות און צאלן פון זייער טאש אז דו זאלסט ארויפברענגען א שמייכל אויפן געזיכט! און נישט נאר פאר דיר, נאר אלע ברודער און שוועסטער באקומען שיינע מתנות, געימס און איבעראשונגען, אריינצוברענגען מוט אין צייטן וואס מען גייט דורך שוועריגקייטן.
עס איז ממש אומבאשרייבליך. די געפילן פון אזא סצענע קענען נישט ווערן אראפגעגעבן. ביי טייל הייזער אדער שפיטעלער רינען טרערן, די קינדער ווערן אינגאנצן אריינגעטון אין די הערליכע שפילצייגן וואס מען האט זיי געברענגט, און עס לאזט זיך אביסל נאך די אנגעצויגענע אטמאספער וואס איז יעצט אן אפטער גאסט.
אזאנע סצענעס שפילן זיך איבער טעגליך. מען גייט אין שפיטאל, און מען ברענגט פולע מתנות, און עס קומט צושטאנד נאר מיט די הילף פון גוטהארציגע אידן וועלכע האבן מיטגעפיל און שפירן מיט די ווייטאג וואס עס גייען דורך זייערע ברודער און שוועסטער, זייערע ערבים און פארזארגער, פון די גרויסע פאמיליע וואס הייסט כלל ישראל.
“…איך קען אייך נישט זאגן וואס דאס מיינט צו מיין פאמיליע, מיינע קינדער באקומען נישט קיין שפילצייג במשך די גאנצע יאר, יעדע פעני וואס מיר האבן גייט פאר געזונטהייט צוועקן, מיר מוטשענען זיך צו דעקן די חובות, און וואס אחים ביחד – חי לייפליין טוט, איז ממש מורא’דיג, עס ברענגט אונז אריין א פרישע ערנערגיע אנצוגיין.” זאגט א מאמע פון א פאציענט אין א וואויסמעיל צו “אחים ביחד”.
א וואולענטיר אין אחים ביחד שטימט צו, ער זאגט צו אידישער ווינקל, “מען טראגט אריין ליכטיגקייט אין אידישע שטובער אויף אזא שיינע פארנעם, איך זע מיט די אויגן זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען ווען נישט איך זע דאס.
דאקטוירים אין שפיטעלער באוואונדערן די נאבעלע געדאנק, און דאס מאכט א גרויסע קידוש השם. ווי איין דאקטער האט זיך אויסגעדרוקט “מיר וואלטן געדארפט האבן מער אזעלכע ארגענעזאציעס ווי דאס, עס וואלט אריינגעברענגט א פרייד אין די איינוואוינער דא”.
די לאקאציעס ווערן געמאלדן אין באזונדערע מודעות, מען קען שיקן מתנות אויך במשך די גאנצע יאר.
צוזאמען מיט אייער נדבה, און ווארימע ביישטייערונג, טוט זיך פארמערן גוטס און חסד צווישן אידישע קינדער.
א פרייליכע חנוכה כלל ישראל, און א דאנק פארן אונז אויפלעבן אין אזעלכע שווערע צייטן. וואונטשן די טייערע קינדערלעך, וואס שפילן מיט אייער שפילצייג…