מוצאי שבת איז א פיצא אן אויפגעכאפטער עסן, דער עולם יאוועט זיך איינהאנדלען א סלייס, און די רעסטוראנטן זענען איבערגעפולט.

לאמיר ווידמען אונזער סעריע פון “צען פאקטן, איבער פיצא”.

1. ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, איז פרייטאג צונאכטס די נאכט וואס מען עסט די מערסטע פיצא.

2. 17% פון א געווענליכער מילכיגער רעסטוראנט איז געשטעלט צו סערווירן פיצא.

3. די וועלט’ס שנעלסטע פיצע מאשין, קען פראדוצירן 14 סלייסעס פיצע, אין 2 מינוט מיט 35 סוקונדעס.

4. 36% פראצענט מענטשן עסן פיצא פאר פרישטאג.

5. די גרעסטע פיצע דעליווערי איז געווען פון קאַפּע טאַון, דרום אפריקע צו סידני, אויסטראַליע.

6. עסן פיצע איינמאל א וואך קען רעדוצירן קענסער, לויט שטודיעס.

7. די מערסט פאפולערע סייז פאר א סלייס פיצא היינט, אין די פאראייניגטע שטאטן, איז פערצן אינטשעס.

8. 95% פראצענט אמעריקאנער, עסן פיצא נארמאלערהייט ווען עס קומט זיי אונטער.

9. 93% פראצענט אמעריקאנער האבן געגעסן פיצא נישט ווייניגער ווי א חודש צוריק.

10. דער דורכשניטליכער מענטש עסט 46 סלייסעס פיצא א יאר.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.