א העליקאפטער האט געקראכט דעם מאנטאג אויפן דאך פון א 54 שטאקיגע געביידע אין די זיבעטע עוועניו אין מאנהעטן, נאנט צו טיימס סקווער. לויט א באריכט אין CNN איז איין מענטש אומגעקומען פון דעם קראך.
די העליקאפטער האט זיך געגרייט צו לאנדן אויפן דאך, אבער די וועטער איז געווען רעגנדיג און די גאס פארנעפלט, דערפאר האט עס אריינגעקראכט אין די געביידע.
די פייערלעשער האבן זיך געיאגט צו די סצענע און געברענגט די פייער פון די קראך אונטער קאנטראל, און פרעזידענט טראמפ האט אין א טוויט אויסגעלויבט די פייערלעשער פאר זייער געוואלדיגע ארבעט.
דער גאווערנאר ענדראו קאומא האט געזאגט פאר זשורנאליסטן אז ווי עס שיינט האט דער העליקאפטער געקראכט נאכן דורכפירן א דורכגעפאלענע עמערדזשענסי לאנדונג, און ווי עדות געבן איבער האט די געביידע געטרייסלט ווי ביי אן ערנסטער ערד-ציטערניש דורכאויס דעם עקסידענט.
ס’איז דערווייל נישט קלאר פאר וועמען דער העליקאפטער באלאנגט, און פארוואס ער האט באשלאסן צו לאנדן אויף א וואלקנקראצער געביידע, וואס זענען בכלל נישט געאייגנט פאר לאנדונגען.