קים-יאנג-נעם, דער ברודער פון דעם צפון קארעא דיקטאטור קים-יאנג-אן, וועלכער אזי ליקווידירט געווארן אין מאלאזיע אין יאר 2017 דורך געהיימע אגענטן, שטעלט זיך ארויס אז ער איז גארנישט געווען אזוי אומשולדיג. לויט די וואל סטריט זשורנאל איז ער גאר געווען אין מאלאזיע זיך צו טרעפן מיט אמעריקאנע שפיאנען, וואו ער האט איבערגעגעבן סודות פון זיין ברודער און אים פארראטן.
די וואל סטריט שרייבט אין די באריכט אז ס’איז נישט קלאר וואס קים-יאנג-נעם האט באדייט פאר די סי. איי. עי. ער האט געלעבט אסאך יארן אינדערויסן פון צפון קארעא אזוי אז ס’איז שווער צו גלייבן אז ער האט פארמאגט עפעס אינערליכע אינפארמאציע פון דעם איזאלירטן לאנד.
די סי. איי. עי. האט נישט רעאגירט צום באריכט, אבער הויכראנגיקע פיגורן אין די פאריגע אדמיניסטראציע האבן געזאגט אז ער איז אויך געווען אין פארבינדונגען מיט אנדערע שפיאנאזש אגענטורן איבער די וועלט, איבערהויפט מיט כינע.
קים-יאנג-נעם איז ליקווידירט געווארן נאכן פארגיפטעט ווערן דורך די VX סם, וואס איז פון די טויטליכסטע וואס איז נאר פארהאנען – זיך געפינענדיג אין די קואלא לאמפער אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין מאלאזיע.
די וועלט באשולדיגט קים-יאנג-אן וואס איז א באקאנטער קאלטבלוטיגער מערדער, אז ער שטייט אונטער די ברוטאלע מארד, נאכדעם וואס ער האט געוואלט זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין געפאר איבער נאך איינער וואס וועט איבערנעמען זיין טראן אויף וואס ער זיצט מיט פויסט און בלוט.