די פאריזער שטאטראט האט געמאלדן אז עס איז מער נישט לעגאל צו פארקערן עלעקטראנישע סקוטער’ס אויף די טראָטואַר (סיידוואלק) כדי צו פארגרינגערן פאר פיסגייער וועלכע האלטן אין איין אומפאלן שפאצירנדיג אין די גאסן.
די מעיארקע ען אידאגלא האט געזאגט אין א פרעסע קאנפערענץ אז “די סקוטער’ס מוזן זיין פארקירט אין די פארקינג-לאט’ס און נישט אויפן גאס, גענוי ווי די מאטארביציקלעך”. פון קומענדיגע מאנאט וועט די נייע געזעץ ארינגיין אין קראפט.
פון פארלאפענע יאר איז פאריז געווארן פארפלייצט מיט 20,000 עלעקטראנישע סקוטער’ס, און די פיסגייער ברויזן אז זיי זענען אונטער א געפאר פון די שנעל-פארנדע סקוטער’ס, און צו אומפאלן אויף פארקירטע סקוטער’ס איבער די טראָטואַרן, וויבאלד די וואס פארן דערמיט פארמיידן די טראפיק און פארן צווישן די פיסגייער, ווי גלייך זיי זענען אויפן שאסיי.