דארט וואו עס איז אמאל געשטאנען א טרוקענע מדבר, פרובירט ניזאר על-עטאונא – דער אייגענטומער פון די קאטאקישע ‘קאטארא פארמ’ס’ צו שאצן די וואג פון א ריזיגע פאמפקין. “מינימום אכט קילאגראם” זאגט ער מיט שטאלץ.
על-עטאונא געפינט זיך אין א ריזן פעלד אין בא-דעאיין, 40 קילאמעטער פון די הויפטשטאט דוכא. די פארמערישע פעלדער איז געווערן א נייער טייל פון די קאטארישע האריזאנט, וועלכע האט ביז היינט נישט פארמאגט מער ווי אביסל זאמד אלס די פאדלאגע. דאס קומט נאכדעם וואס די קליינע עמיראטן מוטשעט זיך מיט א וואסער מאנגל, און אין טעמפרעטוארן וואס קומען אן זומער צו 50 סעלציוס, דערפאר האט קאטאר אימפארטירט 98% פון זייערע עסנווארג.
אבער אין יאר 2017 איז ארויפגעלייגט געווארן א חרם אויף קאטאר פון אירע גאלף שכנים צוליב אירע טעראר אקטיוויטעטן, און זיי האבן געמוזט זוכן א פרישע וועג פון וואו צו שאפן עסן, נאכדעם וואס סאודיע אראביע, די פאראייניגטע עמיראטן, באכרעין און עגיפטן – האבן אויפגעהערט צו שיקן פליגער קיין דוכא. אזוי אז דאס לאנד איז אריינגעפאלן אין א הונגער, און די שופלאדן אין די געשעפטן זענען געווען ליידיג.
קאטאר האט באלד רעאגירט מיטן ברענגען דורך איר אינטערנאציאנאלע ‘קאטאר עירוויס’ גרויסע פעק מיט עסן פון אירע אליאירטע לענדער א שטייגער ווי טערקיי, איראן און מאראקא, אבער עס האט געקאסט צופיל געלט און מען האט געהאט דערפון מער שאדן ווי ניצן.
דאן האבן זיי באשלאסן אז ס’איז געקומען די צייט אליינס צו לאזן וואקסן עסנווארג, און זינט דאן ארבעטן זיי זייער שווער דערויף. די זאמדיגע שטחים זענען באארבעט געווארן גאר שטארק אז עס זאל קענען זיין פרוכטבאר און ערצייגן עסנווארג. דאס יאר האבן זיי שוין באוויזן מיט אלע שוועריקייטן צו לאזן וואקסן אין די לעצטע ווינטער ארום 25 טאן גרינצייג!
קאטאר פלאנירט אצינד אז אין יאר 2023 זאל 70% פון די עסנווארג זיין קאטארישע, אצינד איז א 25% פון די עסנווארג אין קאטאר אייגן געוואקסענע, אין די צייט וואס אין 2016 איז בלויז געווען 12% היימישע גרינצייג. “די חרם האט געלוינט” זאגט א הויכראנגיקער קאטארישער באאמטער. “מיר דארפן מער נישט קיינעם’ס טובות, און מיר ווערן פארגעשריטן”.