פון אלץ און אלעמען

קענעדי לופטפעלד אין כאאס צוליב די “באמבע ציקלאן” שטורעם

ניו יארק – טראוועל עקספערטן האבן געווארנט, אז אויב פלאנירט מען צו פארן מיט א פליגער פון ניו יארק אין די קומענדיגע פאר טעג, זאל מען בעסער אויסוועלן איינס פון די קלענערע לופטפעלדער, אדער אפילו ארויספארן צו א דערנעבנדיגע סטעיט, וויבאלד דער קענעדי לופטפעלד איז אין טאטאלער כאאס.

אלעס אינאיינעם זענען אין לויף פונעם “באמבע ציקלאן” שטורעם אפגעשאפן געווארן זעקס טויזנט פלי-רייזעס, א גרויסע פראצענט פון זיי ביים קענעדי לופטפעלד, וואס די לופטפעלד באאמטע פלאגן זיך יעצט נאכצוקומען צו סערווירן די טויזנטער פאסאזשירן וועלכע זענען געווען געשטראנדעט צוליב’ן שניי שטורעם, און נעכטן נאכט זענען געווען 12 אינטערנאציאנאלע אנגעפילטע פליגערס וואס האבן געווארט לאנגע שטונדן זיך צו קענען הייבן.

דער כאאס האט געפירט צו אן אינצידענט, ווען א פליגער פון כינע האט געלאנדעט, און פארנדיג אויפ’ן ראנוועי האט עס אריינגעקראכט אינעם פליגל פון א קאוועיט עירליינס פליגער. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער דער אינצידענט האט סימבאליזירט וואס ס’שפילט זיך אפ אינעם לופטפעלד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.