אריינפיר: “איך דאנק דעם באשעפער אז דער פארשוין האט מיר נישט אומגעברענגט!” הייבט אן דער שמועס, דער נאכאלץ שאקירטער קאנדידאט פון אונזער היינטיגער אינטערוויו, יושע יונה ווייס הי”ו פון שיכון סקווירא. “איך בין געווארן בא’גנב’עט אין מיטן העלן טאג, פארנט פון סורוועילענס קעמעראס, אין די פארקינג לאט פון די ביזנעס וואו איך ארבעט, און עס וואלט זיך געקענט ענדיגן זייער נישט גוט!”
ווען מען קוקט איבער די שרעקעדיגע רעקארדירונג וואס די זיכערהייט קעמעראס האבן אפגעכאפט, זעט מען ווי די קאר אין וועלכער עס זיצט יושע יונה איז פארקירט.
מיטאמאל שטעלט זיך אפ א דערנעבנדע קאר, פון וואו עס לויפט ארויס א יונגער פארשוין, אין אנהויב שפאצירט ער שטאט נישט צו ציען קיין פארדאכטן, ער שפאנט זיינע טריט צו די אפענע טויער פון די פארקינג לאט, און דאן הייבט ער אן לויפן ווילד צו די קאר, ער עפנט די טיר מיט א ווילדקייט. כאפט עפעס און מאכט פליטה.
די ווידעא ברענגט פארשידענע פראגעס, וואס האט ער געוואלט? וואס האט ער געכאפט? פארוואס איז ער אנטלאפן? וואו איז יושע יונה געפלויגן מיט זיין אויטא נאך די פאסירונג? און וואס האט פאסירט נאכדעם, האט מען גערופן די פאליציי? וואס האבן זיי געטון? און נאך פראגעס איבער דעם אינצידענט.
מיר כאפן א קורצער אינטערוויו מיט יושע יונה צו הערן איבער די גניבה וואס ער איז דורך, און וואס דארט האט פאסירט. ליינט און האט הנאה.
וויפיל אזייגער האט דאס פאסירט, וואו האט דאס פאסירט, און וואס האסטו דאן געטון?
עס האט פאסירט ארום האלב נאך צוועלעוו. איך בין געווען ביי לאנטש, זיצנדיג אין מיין קאר, פארנט פון די געביידע וואו איך ארבעט אין נוארק ניו-דזשערזי, איך בין געווען אויפן פאון און באצאלט בילס.
וואס האט דער פארשוין געוואלט?
וואס פונקטליך ער האט געוואלט ווייס איך נישט, ווען איך וואלט געקענט ליינען זיין מח וואלטן פארענטפערט געווארן אסאך אנדערע פראגעס, אויסגעקוקט האט עס וואו ער האט געוואלט מיין קאר, און אזוי זאגן די פאליציי אויך, אז לויט זיינע מאנעוורעס האט אויסגעזען ווי ער צילט צו כאפן און אוועקציען מיט דעם ווערדפולע מאשינקע, ער האט געזען מיין קאר ארבעטן, און ער איז זיכער דורכגעפארן עטליכע מאל בעפאר צו אויסשפיאנירן און אויספלאנירן די גניבה, איך בין געזיצן אין די קאר א שיינע פאר מינוט, און ער האט דאס נישט באמערקט.
איז דא אסאך פארברעכערס און אזעלכע געשיכטעס אין די געגנט?
יא, עס איז זייער א שלעכטער געגנט וואו איך ארבעט דא, מען ליידט דא פון פארברעכנס און שיסערייען טאג און נאכט, יעדן טאג פאלן דא חברה צווישן אלע גענגסטערישע באנדעס, און די פאליציי האט מיר געזאגט אז יעדן טאג גנב’עט מען קארן, און נעכטן אליינס, בעפאר מיין געשיכטע האט די פאליציי אין די געגנט רעאגירט צו צוויי פעלער ווי מען האט גע’גנב’עט קארן.
מען זעט וואו ער עפנט די טיר, און לויפט אוועק. ער האט עפעס געזאגט ווען ער האט געעפנט דעם טיר?
ער האט געגעבן א קוויטש פון שרעק, און געכאפט די צוויי זאכן פון מיין שויס, און אפגעיאגט. ער האט מיר נישט גלייך באמערקט, ווייל ער האט געקוקט אויב איינער קומט… ער האט זיך איינגערעדט אז די קאר איז ליידיג און נאר דערפאר גענומען די קוראזש צו קומען דאס גנב’ענען. און דאס האט אים אזוי דערשראקן. ער האט כמעט גע’חלש’ט פון שרעק, אבער זיך שנעל אריענטירט, געגעבן א ספאנטאנישער שטרעק אויס די האנט און געכאפט עטליכע זאכן. איך האב געהאט א ליידיגער קרעדיט קארד האלטער, און עטליכע בילס, איך האף אז ער וועט זיי כאטש באצאלן…
האסט אים נישט באמערקט קומען?
ניין, ווייל ממש א מינוט פארדעם האב איך געהאט אן אנדערער ארבעטער ביי מיין קאר, איך האב גערעדט צו אים, און נישט געכאפט אז דאס איז א צווייטער.
וויאזוי האט ער אויסגעזען
ער איז געווען אנגעטון אין א סוועטער מיט א קאפ-צודעק, און א סקי מעסק ביז נאך זיין נאז, ער האט געהאט הענטשוך אויף די האנט, און געווען שווארץ, זיין סוועטער איז געווען בלוי קאלירט. אין זיין האנט האט ער געהאלטן אן אביעקט, לויט מיין זכרון פון א אויגנבליק האט עס אויסגעזען צו זיין א גאן, אדער מעסער, רח”ל.
וואס האסטו געטון און וויאזוי האט ער רעאגירט ווען ער האט דיר געזען זיצן אין די קאר?
ווען איך האב געזען אז עמיצער עפנט מיין טיר האב איך זיך פארגעשטעלט אז דאס איז דער ארבעטער מיט וועמען איך האב גערעדט א מינוט בעפאר, דעמאלטס איז עס געווען פון די פענסטער, און יעצט פון די טיר. איך האב זיך אנגערופן “יא,” צו פרעגן וואס ער וויל, און דאן באמערקט אז ס’איז נישט מיין ארבעטער, און ער האט געגעבן א שריי, און א כאפ געטון די צוויי זאכן, און ער איז אנטלאפן, איך האב גלייך געכאפט וואס דא גייט פאר, איך בין געווען אביסל אין א פאזיציע ווי איך זאל כאפן א דרימל, איך האב שנעל גערוקט די זיץ אויף ארויף, און אנגעהויבן ארויסבעקן, איך האב אים געוואלט נאך פליען.
מען זעט דאס נישט פון די פענסטער, אבער איך האב געגעבן א שריי פון די פענסטער צו אן אנדערע ארבעטער וואס איז פונקט ארויסגעקומען פון די געביידע, אז א פארשוין האט מיר בא’גנב’עט און אז איך גיי אים נאכפליען.
האסט רעאגירט צו דער פארשוין אדער עפעס געזאגט?
עס איז געווען אונטער 30 סאקונדעס די גאנצע זאך, איז איך האב ניטאמאל געהאט א שאנס אים צו זאגן אדער רעאגירן, און איך בין אויך געכאפט געווארן אין א שאק, איז איך האב נישט געהאט קיין צייט צו גארנישט טון.
האסט זיך דערשראקן?
איך האב געזען א פארשוין ביי מיין קאר, א מענטש וועמען איך קען נישט, ער כאפט זאכן פון מיין קאר, און האלט אין די האנט עפעס, איך בין געווארן צוטרייסלט, אבער נאר פאר עטליכע סאקונדעס, ווייל יענער האט געמאכט אפגעטראגן פון שטח.
מיינע הענט און פיס האבן זיך מיר נאך געווארפן א שעה נאך די געשיכטע.
ווען האסטו גערופן די פאליציי?
איך בין קודם נאך געפארן די קאר, און ווען איך בין צוריקגעקומען האב איך גערופן די פאליציי, זיי האבן געפרעגט אויב דער פארשוין איז נאך אין מיין געגנווארט און צי עס איז אן עמערדזשענסי, און ווען כ’האב זיי געזאגט אז ער איז שוין נישט נעבן מיר, האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן שיקן עמיצן צו מאכן א באריכט.
ביז ווען ביסטו אים נאכגעפלויגן?
איך בין געווען דערשראקן זעענדיג וואו ער שפרינגט אריין אין א קאר און פליעט אוועק, און אים אנגעהויבן נאך פארן. איך האב נאך דאן נישט געטראכט וועגן די סורוועילענס, און געוואלט אראפשרייבן זיין לייסנס פלעיט נומבער, איך האב אים אבער נישט געקענט כאפן, ער איז דורכגעפארן רויטע לייטס, און איך האב אויך איינגעשטעלט און געפלויגן, אבער זעענדיג אז ער איז שוין סך ווייטער דורכפליענדיג 6 רויטע לייטס, האב איך אויפגעגעבן (וואו זענען די פאליציי ווען מען דארף זיי?)
וואס האט די פאליציי געזאגט?
זיי זענען נישט געווען שאקירט, זיי האבן דאס יעדן טאג, און זיי האבן מיר געזאגט אז איך האב מזל אז ער האט מיר נישט געשאסן אדער געשעדיגט. ווי ערווענט זאגן זיי אז ער האט געוואלט נעמען די קאר, און פאר שרעק האט ער געגעבן א כאפ עפעס און אנטלאפן.
ווער האט דיר געגעבן די רעקארדירונג?
עס קומט פון די געביידע וואו איך ארבעט, איך האב עס אליינס אפירגעזוכט און אראפגענומען.
האסט נישט מורא צו ארבעטן אין די געגנט?
בכלל נישט, דער באשעפער איז איבעראל, מיר דארפן טון השתדלות. מיר פארמאגן אן אלארם סיסטעם און סורוועילענס און מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזאנס בעפאר.
וואס גייסטו טון דערוועגן פון היינט און ווייטער?
אנגיין מיטן טעגליכן לעבן, און נעמען א גוטע לעקציע צו האלטן די קאר צוגעשפארט און דאס נישט לאזן אנגעצינדן פאר א מינוט אן מיין אנוועזנהייט.
וואס זאגן די אנדערע ארבעטער מיט וועם דו ארבעטסט?
זיי זענען געווען שאקירט, און אויך צוגעשטימט אז מען דארף אלעמאל האלטן די טיר צוגעשפארט.
דיינע עלטערן האבן געזען די ווידעא?
יא, און געווען זייער שאקירט און פרייליך אז עס האט זיך געענדיגט אן קיין שאדן אויף מיין קערפער אדער געלט.
וואס זענען דיינע מחשבות און געפילן נאך אזא געשעעניש?
די עיקר איז אז מען דארף דאנקען דעם באשעפער אויף אלעס וואס ער טוט אונז, ער היט אונז, און מען דארף בעטן ער זאל אונז ווייטער היטן.
אזא געשיכטע וואלט געקענט באקאנט ווערן מיט אנדערע פרטים, און ביי די גנבים און גענגסטער איז א מענטשליכע לעבן גארנישט ווערד, ער וואלט מיר אין א רגע געקענט ענדיגן. איז איך דרוק אויס מיין דאנק צו השי”ת אויף זיינע חסדים.
די סורוועילענס ווידעא רעקארדירונג