דענמארק האט באפרייט 32 ארעסטאנטן נאכן זען אז די באווייז אויף זייער פארברעכן איז פעלערהאפטיג און לעכערליך, אדער גאר אונטערגעשטעלט געווארן אויף די פארברעכן סצענע נאכדעם וואס די פארברעכן איז פארגעקומען.
אלע צווייפלהאפטיגע באווייז זענען געקומען אויף א געוויסע געטגראפישע ארט וואס איז געפיטערט געווארן דורך סעלולארישע פירמעס מיט פאלשע אינפארמאציע.
לויט די באריכטן, האט די פאליציי געטראפן אין די פראגראם וועלכע האט גענוצט סעלפאן סיגנאלן אלס ערנסטע באווייז, אז עס איז ווייט פון אקוראט, עס פלעגט פארטוישן סעלפאונס און געוויסע סעלפאונס זענען בכלל נישט ארויפגעקומען.
די פראגראם האט געארבעט אז ווען אנטענעס האבן אויפגעכאפט אסאך סעלפאונס האט עס פארבינדן סעלפאונס צו א נישט ריכטיגע נעטווארק עס מישנדיג מיט אנדערע אנטענעס מיט וואס זיי האבן אויפגעטוישט סיגנאלן. עס האט אויך געברענגט טעקסט מעסעדזשעס וואס געוויסע האבן געשיקט, ווי גלייך ס’איז געקומען פון א צווייטע נומער, און געשיקט געווארן צו א אנדערע אדרעס.
אין ליכט פון דעם האט די יוסטיץ דעפארטמענט פון דענמארק פון פריש אנגעהויבן צו איבערקוקן 10,700 קעיסעס וואס זענען געבויעט אויף טעלעפאנישע באווייז, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז פילע מענטשן שמאכטן אין טורמע פאר יארן צוליב די אלע פאלשע אינפארמאציע און אומקראנטע באווייז. 32 זענען שוין באפרייט געווארן נאכן אויפווייזן זייער אומשולד.
די סעלפאון פירמע האט זיך אפגעשאקלט פון פאראנטווארטליכקייט, זאגנדיג אז די פאליציי האט געדארפט זיין מער פארזיכטיג בעפאר מען שליידערט אריין מענטשן אין טורמע, און זיך נישט פארלאזן סתם אויף פראגראמען וואס זיי האבן אפגעכאפט און גענוצט – כאטש וואס ביי אסאך פון די פעלער האט די פירמע געגעבן די אינפארמאציע פאר די פאליציי.