טשיקאווע נייעס

אויפגעברויזטער ים-הונט העלפט כאפן אן אינטערנאציאנאלע דראג באנדע

די פאליציי אין אוסטראליע האט געמאלדן אז זיי האבן געכאפט אן אינטערנאציאנאלן באנדע פון דראג הענדלער, און די קרעדיט קומט זיך פאר אן אויפגעברויזטער ים-הונט וואס האט זיך ערוועקט פון זיין שלאף…

די יאכט שיף פון אנטאן דיסענטא, א 51 יעריגער שפאנישער מאן, און גרעהם פאלמאר, א 42 יעריגער בריטישער מאן, איז פארגאנגענע וואך ארויף אויף די ראדארן נעבן די אינזל סטיק אין די אבארלאס ארכיפאלאג אין מערב אוסטראליע.

די צוויי זענען אראפ מיט א רעטונג שיפל מאכנדיג זייער וועג פון 7 קילאמעטער צום קליינטשיגן אינזל בארטאן. זיי האבן געהאלטן מיט זיך צענדליגע סארט אומלעגאלע דראגס, וואס האט געוואויגן 1.087 טאן, אין ווערד פון 690 מיליאן דאלער!

אין אוסטראליע האט מען אנגעהויבן זוכן נאך די צוויי פארלוירענע נאכדעם וואס אויטאריטעטן האבן געטראפן זייער פארלאזטן שיף, און מ’האט אנגעהויבן זוכערייען מיט די הילף פון העליקאפטערס. די צוויי דראג הענדלער האבן באהאלטן זייער דראגס צווישן די געוויקסן אין דעם אינזל, און זיך באהאלטן ווען די העליקאפטערס זענען געפלויגן העכער זייערע קעפ, ביז ווען לאקאלע פישערס האבן זיי באמערקט און גערופן די פאליציי.

די צוויי דראג דילער האבן באשלאסן צו אנטלויפן פון די פאליציי, און צוריק גיין צום ים מיט זייער רעטונג שיפל, אבער דאן האט זיך א ריזיגער ים-הונט ערוועקט פון זיין שלאף, און מיט גרויס אויפברויז האט ער באשלאסן אז ער וועט זיי לערנען דרך ארץ.

דער ים-הונט האט געגעבן א שטארקן ברום, און איז געשפרינגען צו זיי פארנט. זיי האבן נישט געקענט גיין ווייטער, אדער פרובירן זיי צו אטאקירן דעם ים-הונט וואס האט געווארפן א פחד, אדער ווערן זיי ארעסטירט. די פארברעכער האבן באשלאסן אז ארעסט איז ווייניגער ריזיקירט…

די צוויי זענען ארעסטירט געווארן און ארויסגעגעבן נעמען פון זייערע אנדערע שוצפים, אן אמעריקאנער, בריטישער און אוסטראלישער, וואס האבן באלאנגט צו די זעלבע באנדע, און האבן געדארפט אפנעמען די אלע דראגס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.