וויליאם מאלדעט, א 40 יעריגער מאן פון פלארידע, איז פארשוואונדן געווארן מיט 22 יאר צוריק, אום נאוועמבער 1997, נאכדעם וואס ער האט פארלאזט א ווערצהויז אנגעטרינקען, און ער איז קיינמאל נישט אנגעקומען אהיים. די פאליציי האט דאן געעפנט אן אויספארשונג, אבער מ’האט נישט געטראפן גארנישט, און די קעיס איז פארמאכט געווארן אומגעלעזט.
נאך 22 יאר האט מען געטראפן זיינע איבערבלייבענישן אין א קאר, אין א טייכל אינעם שטאט ווילינגטאן אין וועסט פאלם ביטש, פלארידע. די פאליציי זענען גערופן געווארן אהין אין ענדע פון די לעצטע חודש, נאכדעם וואס א שכן האט באריכטעטאיבער א קאר וואס געפינט זיך אין וואסער.
דער מאן וואס פלעגט דארט אמאל וואוינען, האט באטראכט די גוגל מאפעס “גוגל ערד” ווען ער האט באמערקט אויף די בילדער ווי א אביעקט וואס ענדלט צו א קאר געפינט זיך דארט. ער האט גערופן דעם מענטש וואס האט אפגעקויפט זיין הויז קעגן איבער דעם טייכל, ער זאל קוקן וואס דאס איז.
ווען יענער האט געזען אז ס’איז טאקע א קאר האט ער אלארמירט די פאליציי. די פאלציי האט ארויסגענומען די קאר פון וואסער און געטראפן דארט די איבערבלייבענישן פון דעם פארלוירענעם מאלדעט. די בילד ליגט שוין אויף גוגל פון 2007, אבער ערשט יעצט האט עס איינער באמערקט, מיט 12 יאר שפעטער.
די פאליציי גלייבט אז מאלדעט האט געדרייווט שיכור און איז אריינגעפארן אין טייך, וואס לעצטנס האבן אירע וואסערן אנגעהויבן ווערן מער אקטיוו, און דאס האט ארויפגעשטויסן דעם קאר העכער.