שידוכים איז א נושא וואס יעדער וויל מען זאל עפעס טוהן דערפאר דער עולם פרעגט פארוואס רירט זיך עס אזוי שטאט?!
עס זענען דא אזויפיל עלטערע בחורים זיי ווארטן מען זאל טוהן פאר זיי, אסאך ווילן מען זאל כאטש עפעס אנטראגן
וואס איז די פראבלעם?! דארף מען נאך שדכנים?! צו האט מען חלילה פארגעסן פון זיי?! די ענטפער איז ניין, ניין, און נאכאמאל ניין.
די תירוץ איז פשוט, לויט ווי מיר ווייסן, און ווי די סאטיסטיקס צייגן ווערן זייער אסאך שידוכים אויסגעפירט דורך קרובים, שכינים, אין גוטע פריינט, און נישט דורך שדכנים.
דאס מיינט אז קרובים, און חברים טראכטן אסאך פון זייערע חברים/חבר’טעס און נישט יעדער האט די קוראזש און די מעגליכקייט אנצוטראגן א שידוך.
די המצעה און שידוך איינפעלער וואס פאלן איין פאר מענטשן זענען געוואלדיג. די פראבלעם איז אז דא בלייבן די געדאנקען שטעקן. מען טוט דאס נישט אויספירן למעשה ווייל מען איז פארנומען אדער אנדערע סיבות.
ע”כ איז יעצט ב”ה געלונגען צו בויען א בריק צווישן די שידוך געדאנקען וואס פאלן איין פאר מענטשן. און די שדכנים. וואס איז די לעזונג?
“לזוג” איז די תירוץ!
לזוג איז א פלאטפארמע וואס וועט טראגן און פירן אינפארמאציע צווישן דעם המון עם וואס דרייט זיך ארום מיט געוואלדיגע גוטע שידוכים בייפעלער, אין די פראפעסיאנאלע שדכנים, וואס וועלן נעמען די שידוך געדאנק צום נעקסטן שטאפל און אנטראגן פאר ביידע צדדים, אזוי ווייטער ביז’ן לחיים-טרינקען בשעה טובה ומצלחת.
און נאך א געוואלדיגע זאך וואס לזווג וועט טון. פארוואס זאל א מענטש נעמען די מיה און איבערגעבן זיינע שידוכים געדאנקען ווייטער?
דער ענטפער צו דעם איז, אז לזוג וועט אראפגעבן 10% פון די שדכנות געלט פאר דער וואס האט געברענט די שידוך געדאנק.
דאס מיינט בלויז מיט איבערגעבן די שידוך פאר לזווג, און אזוי ארויסהעלפן דעם שידוכים קריזיס, וועט איר אויך מאכן א חלק אין די שדכנות געלט.
איז כדי גרינגער צו מאכן פאר די שדכנים, וואס לייגן אריין זייער אסאך שעה לשם מצוה האבן מיר אהערגעשטעלט גאר א קלארע “שידוך וועבסייט” אויף וואס מען פילט אויס די אינפארמאציע, איר דארפט נישט רופן, מאכן אדער טון, עס נעמט עטליכע סאקונדעס, איר באזוכט די נייע וועבסייט, און פון דארט ווערט אייער געדאנק איבערגעגעבן פאר די שדכנים.
באזוכט לזוג. און שרייבט אריין סיי וועלכע שידוך געדאנק. די שדכנים און שדכניות ווארטן ביים אנדערן זייט, צו אנהויבן מיט די ארבעט.
באזוכט שוין: דרוקט דא
וואו איז די לינק צום לזווג זייטל??
נישטא קיין lezoveg.com…
דרוקט אויף די ווערטער “דרוקט דא,” וועט איר אנקומען.
די וועבזייטל איז
lezaveg.com