סיריע – דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד האט ארויסגעגעבן א פרישע סטראשע אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז ער וועט באמבארדירן דעם פארנומענעם לוד לופטפעלד אין תל אביב, אויב וועט מדינת ישראל ווייטער אנגיין מיט זייערע באמבארדירונגען אין סיריע. לויט לעבאנעזער מידיא אגענטורן, האט אסאד געלאזט פאלן די שארפע סטראשונקע ביי א טעלעפאנישע געשפרעך מיט’ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און דאס קומט אלס רעאקציע צו די נאכאנאנדע באמבארדירונגען וואס דאס מדינת ישראל מיליטער פירט דורך אויף פארשידענע צילן אין סיריע, און ווי דער סירישער רעזשים טענה’ט, זענען שוין עטליכע פון אירע זעלנער אומגעקומען אין די באמבארדירונגען. מדינת ישראל זאגט אז די באמבארדירונגען צילן נאר אויף כיזבאלא קרעפטן וואס אפערירן אין סיריע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.