וואשינגטאן – מארגן נאכט וועט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ געבן זיין סאמע ערשטע “סטעיט אוו די יוניאן” רעדע, און דעמאקראטן אין וואשינגטאן האבן שוין אנגעהויבן זייערע פאליטישע שפילערייען ארום דער רעדע, וואס נעמט אריין ארום 8 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וועלכע וועלן באיקאטירן און נישט ערשיינען ביי דער רעדע.
מ’האט אויך געהערט איבער ספעציעלע געסט וואס קאנגרעסלייט און סענאטארן וועלן מיטברענגען צו דער רעדע, אריינגערעכנט קאנגרעספרוי ניטא לאווי (ניו יארק), וועלכע וועט ברענגען א “דאקא” אימיגראנט, און קאנגרעספרוי נידיא וועלאסקועז (ניו יארק), וועלכע וועט ברענגען די פרוי פון אן ארעסטירטן אימיגראציע אקטיוויסט.
עס איז שוין לאנג א טראדיציע צו ברענגען געסט מיט’ן פאליטישן ציל פון מאכן א “סטעיטמענט”, אבער עקספערטן זאגן אז די צאל פון וויפיל דעמאקראטן וועלן היי יאר באיקאטירן די רעדע איז מער ווי סיי ווען, און רעפובליקאנער פירער האבן עס פארדאמט אלס אומדערהערט און אומפאטריאטיש.