בעיזשינג – דער יאפאנעזישער אויסערן מיניסטער, טארא קאונאו, האט נעכטן געזאגט, בשעת ער האט זיך געטראפן מיט’ן כינעזער אויסערן מיניסטער וואנג איע, פאר א זיצונג אין דער כינעזער הויפטשטאט בעיזשינג, אז יאפאן קוקט ארויס און האפט אויף בעסערע באציאונגען מיט כינע.. כינע און יאפאן שלאגן זיך שוין ארום זייער שטארק זינט יאר 12′, ווען כינע האט פארכאפט קאנטראל פון עטליכע אינזלען אינעם דרום כינע ים, אין דער צייט וואס יאפאן טענה’ט אז די אינזלען באלאנגען פאר איר.
דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט אין יאר 14′ באזוכט אין כינע, מיט האפענונגען פאר בעסערע באציאונגען, אבער ס’איז למעשה גארנישט געווארן פון יענעם באזוך. אצינד פרובירן די צוויי לענדער נאכאמאל צו בארואיגן די אנגעצויגנקייטן צווישן זיך, און נעכטן האבן זיי פארשפראכן צו ארבעטן אינאיינעם איבער’ן געפאר פון צפון קארעא.