אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רעגירונג דראמא אין דרום אפריקע

קעיפטאון – הויכע דראמא שפילט זיך אפ אין דרום אפריקע, וואו דער פרעזידענט דזשעיקאב זומא אנטזאגט זיך אפצוטרעטן פון אמט. זומא איז שוין אין אמט זינט יאר 09′, און אצינד וויל זיין פארטיי, די “אפריקען נעשאנעל קאנגרעס”, אז ער זאל אפטרעטן, צוליב וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן מאסיווע קארופציע און ער שטייט אויס געריכטליכע קלאגעס איבער דעם.

זומא’ס געסקעדזשועלטע “סטעיט אוו די יוניאן” רעדע איז שוין אפגעשטופט געווארן דערווייל, אלס רעזולטאט פון דער אנגייענדיגער אומרואיגקייט איבער זיין צוקונפט. נעכטן איבער’ן טאג זענען אנגעגאנגען העפטיגע געשפרעכן צווישן די פירערשאפט פון די “אפריקען נעשאנעל קאנגרעס” און זומא, און אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן געזאגט אז זומא האט מסכים געווען אפצוטרעטן. אויב וועט ער טאקע אפטרעטן, איז דער פלאן אריינצושטעלן אויף זיין פלאץ דעם פארטיי פירער סעריל ראמאפוסא.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.