ווארשא – דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא האט נעכטן אונטערגעשריבן און באשטעטיגט דאס קאנטראווערסיאלע האלאקאוסט געזעץ, טראץ פראטעסטן און קעגנערשאפט פון רעגירונגען איבער דער וועלט.
ווי שוין באריכטעט עטליכע מאל, וועט דאס געזעץ איינצוימען דאס רעדן איבער’ן האלאקאוסט אין פוילן, און דירעקט פארבאטן זיך צו באנוצן מיט אזעלכע פראזן ווי “פוילישע קאנצענטראציע לאגערן”, וויבאלד פוילן וויל אפמעקן און פארדעקן סיי וועלכע ראלע זי האט געשפילט אינעם נאצישן האלאקאוסט קעגן דעם אידישן פאלק.
פרעזידענט דודא האט געזאגט אז ער שרייבט עס אונטער, אבער וועט עס שיקן פאר’ן העכסטן געריכט אין לאנד, איבערצוקוקן פאר מעגליכע פארבעסערונגען, און מען האט נעכטן געהערט שארפע ווערטער פון דער אוקראַינישער רעגירונג, אז איר נאענטשאפט מיט פוילן וועט מעגליך אפעקטירט ווערן צוליב’ן געזעץ.