וואשינגטאן – די אסאשיעטעד פּרעס האט נעכטן באריכטעט, פון קוועלער נאענט צו ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, אז סטיוו בענאן, דער געוועזענער הויפט סטראטעגיסט פאר פרעזידענט טראמפ, גרייט זיך אראפצוזעצן מיט מוללער און זיינע געהילפן, און בענאן וועט “זינגען”, וואס באדייט אז ער וועט דערציילן אלעס וואס ער ווייסט און אלעס וואס ער האט מיטגעהאלטן אין לויף פון די מאנאטן וואס ער האט געדינט אין ווייסן הויז – וואס מוללער וויל ספעציפיש הערן איבער טראמפ’ס זיצונגען מיט מייקל פלין און געשפרעכן מיט געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי.
די נייעס אז בענאן גייט קאאפערירן מיט מוללער, קומט אין דער זעלבער צייט וואס בענאן האט געבעטן אפצושטופן א געפלאנטן אויפטריט פאר דער קאנגרעסיאנאלער שפיאנאזש קאמיטע, ווייל זיינע לאיערס ארבעטן אויס מיט’ן ווייסן הויז איבער וואס ער קען יא און נישט דערציילן.