ניו יארק – דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט זיך נעכטן געשלאסן מיט גאר גוטע ציפערן, ברענגענדיג אן ענדע צו נאך א ווילדן און אומסטאבילן טאג אויפ’ן מארקעט. דער נעכטיגער טאג איז געקומען נאכדעם וואס מאנטאג האבן זיך די מארקעטס געשלאסן מיט היסטאריש-גרויסע פארלוסטן, ווען דער “דאו דזשאונס” האט פארלוירן 1,100 פונקטן און אויך אנדערע אינדעקסעס האבן געהאט פארלוירן גאר א סאך – און נעכטן האבן זיך די מארקעטס אויך געעפנט מיט פרישע שווערע פארלוסטן, ווען דער “דאו דזשאונס” האט גלייך אינדערפרי פארלוירן מער ווי 500 פונקטן.
אבער איבער’ן טאג האבן זיך די מארקעטס צוריקגעכאפט, און דער “דאו דזשאונס” האט צובאקומען 567 פונקטן, וואס באדייט ארום 2.3 פראצענט, זייענדיג איינס פון די שטארקסטע איין-טאגיגע פער-פונקטן וואוקס אין היסטאריע. עקאנאמיסטן זענען באזארגט אז די ווילדע וואקלענישן פון פארלוסטן צו פארדינסטן, צייגט אויף אומסטאביליטעט און אן עווענטועלע קראך.