“…כ’בין געווען ארומגענומען מיט שווארצע וואלקענעס פון אויפגערעגטע בינען וואס האבן מיר געשטאכן נאכאנאנד, כ’האב געפאניקט!”
אין די צייט פון ערב ימים נוראים, ווען מען גרייט זיך שוין פאר סוכות. מענטשן שלעפן ברעטער, ארבעטן מיט געפארפולע געצייגן, און קריכן אויף דעכער, הערן מיר א דראמאטישע איבערלעבעניש דורך צוויי אינגע בחורים וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיט א גיגאנטישע בינען נעסט, ביים בויען א סוכה און געווארן אטאקירט צענדליגע מאלן.
די געשיכטע דינט אלס דערמאנונג צו זיין אויפמערקזאם, בויען ברענגט מיט אסאך סכנות.
מיר געבן איבער די ווארט פאר דער עלטערער פון די צוויי, זיי זענען מסכים צו דערציילן אבער בתנאי זיי זאלן בלייבן אנאנים:
“די געשיכטע גייט צוריק צו פרייטאג. מיר האבן אנגענומען א באשטעלונג אויפצושטעלן איינעמס סוכה, ער האט אונז באשטעלט צו זיין דארט ארום 9 אזייגער און מיר
זענען טאקע דארט געווען, גרייט אנצוהויבן.
מיר האבן געדארפט צוערשט ארויסשלעפן אלע העלצער פון א סטארעדזש אין די געביידע, און מיר האבן אהינשפאצירט, עפענענדיג די טיר.
“כ’האב געעפנט די טיר,” – דערציילט דער עלטערער, – און באמערקט אז ס’איז קוים דא פלאץ זיך צו רירן, די פלאץ איז געווען פול מיט העלצער, קארפעטס, סכך, און אביעקטן, כ’האב זיך שטייט אריינגערוקט שטייענדיג אומזיכער צווישן לעכער און שפאלטן.
מיר האבן נאך גארנישט באמערקט דעמאלטס, און מיר האבן פלאנירט א סטראטעגיע וויאזוי ארויסצושלעפן די לאנגע ביעמס.
עס נעמט נישט לאנג. איך האב מיטן גאנצן כח אפגעטיילט איין ביעם פון די גאנצע הויפן, און דאן א צווייטע, עס רוקנדיג אויף א וועג עס זאל ווערן לויזער דארט אינעווייניג. ביז ווען כ’האב גערוקט די דריטע, וואס דאס האט זיך אנגעכאפט אין א גיגאנטישן מאסיוון בינען שטאק.
מיר האבן ערשט שפעטער געהאט די מעגליכקייט צו זען פון וואספארא בינען שטאק מען רעדט דא. זייענדיג דארט אינעווייניג ביים ערשטן מאל האבן מיר אין א אויגנבליק אנגעהויבן ווערן ארומגענומען מיט שווארצע מחנות בינען וואס זענען אויפגערעגט און גרייט מיט די שטעכערס צו זיך אננעמען פאר זייער קעניגרייך.
איך געדענק נישט איך זאל אזוי פאניקן אין מיין לעבן, כ’האב נישט געקענט זען געהעריג ווייל די בינען האבן געשטראמט און פארשטעלט מיין זע קראפט.
צו מיינע צרות האב איך נישט געקענט לויפן ווייל איך וואלט געקענט אריינפאלן צווישן ברעטער, און איך וואלט סתם אזוי געדארפט זיין פארזיכטיג.
איך האב אנגעהויבן הערן קולות פון מיין חבר “אוטש! איך ווער צושטאכן!” כ’האב געשריגן צו אים, “לויף!” ער איז געווען פאר מיר, און מיר בלאקירט. ער האט געהאט א גרינגערע וועג ווי מיר, ער איז געגעבן א שפרינג צו די שטיגן, און ארויסגעלאפן.
איך האב מיט היסטעריע און שרעק געווילדעוועט מיט ביידע הענט, און מיט מיין גאנצע קערפער אין א פרואוו זיך צו אפשאקלען פון זיי. וואס דאס האט זיי נאכמער אויפגערייצט. די שרעק האט מיר געמאכט ווי פארפרוירן אזוי אז כ’האב ממש נישט געשפירט ווי איך ווער נאכאנאנד געשטאכן אין פולע באזונדערע ערטער.
איך בין שנעל געשפרינגען אויף די העלצער, כ’האב זיך אנגעשטאלפערט צווישן צוויי ביעמס וואס האבן מיר גוט צוקראצט און וויי געטון. אבער כ’האב געהאט מזל אז כ’האב נישט געלאנדעט אויף א האלץ מיט אן ארויסגעשטעקטע נאגל, וואס דערפון זענען געווען א שיינע צאל.
איך בין ענדליך אנגעקומען צו די שטיגן און אנגעהויבן ארויסלויפן, בשעת ווען איך ווער געשטאכן איינמאל און נאכאמאל. ענדליך בין איך אנגעקומען אויבן, און געזען ליכטיגקייט, א טייל בינען האבן מיר שוין געהאט אפגעלאזט, אבער כ’האב נאך געהאט אזא הונדערט שטיק ארום מיר.
כ’האב אנגעהויבן לויפן ווי א וואנזיניגער מאכנדיג אלע סארט מאנעוורעס און גרימאסן, דא איז דער וואס האט מיר באשטעלט ערשינען, ער האט מיר שפעטער געזאגט אז ער האט גערופן הצלה נישט ווייל ער האט געזען די בינען, – ער האט עס ניטאמאל באמערקט אפילו – נאר פשוט ווייל ער האט געמיינט אז איך האב געליטן פון א נערוון-בראך…
כ’האב געטון וואס כ’האב געדארפט און געלאפן מיט די נשמה אין די הענט, ווען ענדליך בין איך פטור געווארן פון זיי, כ’האב אבער אנשטאט באקומען שטערנס… יענע גאנצע טאג האב איך שוין געזען בינען ווי איך בין געגאנגען…
הצלה איז אנגעקומען, דער אנדערער בחור האט שוין באוויזן צו אפשטעלן עמיצן און רופן פאר הילף.
מען האט מיר אנגעהויבן באהאנדלען, כ’האב געהאט מערקווערדיגע 22 שטעכן און מעגליך מער וואס מען האט נישט באמערקט.
מען האט אונז באגאסן מיט קריעם, און פעינקילערס, און מען האט ארויסגעשלעפט די שטעכערס און פארבלייבענישן פון מיין גאנצע געזיכט, אויער, העכער די אויגן, האלז, און אויף מיינע ביידע הענט, מיט ספעציעל דעליקאטע געצייגן.ערשט דאן האב איך אנגעהויבן קומען צו זיך, און זיך אריענטירט, כ’האב גערופן מיינע עלטערן, און מיר זענען אריינגעפארן אין שפיטאל.
שפעטער ביים צוריקקומען האב איך באזוכט דארט נאכאמאל, הערנדיג אז עס איז נישט דא מער קיין זכר דערפון. מען האט געדינגען אפאר גוים זאלן דערפון פטור ווערן, זיי זענען דארט ערשינען און אנגעצינדן דעם גאנצן נעסט, דארט האט מען געהאט ניסים ווייל די העלצער האבן אנגעהויבן ברענען, און א האר האט געפעלט אז די גאנצע געביידע זאל גיין אין פלאמען. מען האט שנעל געשלעפט פייער עקסטינגווישער”ס און געקענט ברענגען די פייער אונטער קאנטראל.
ערשט דאן האב איך רעאליזירט פון וואספארא ערנסטע נעסט מען רעדט דא, מיר האבן געטראפן ריזיגע האניג שטיקער מיט אזעלכע קונצליכע אפטיילונגען, מען האט פאריאר נישט גענוצט די ברעטער ווייל דער בעל הבית איז געווען אין ארץ ישראל אויף סוכות, און ס’איז גאנץ מעגליך אז די נעסט איז שוין דארט נאך פון בעפאר סוכות, און די נעסט קען זיין עטליכע יאר אלט.
מיר היילן זיך צוביסלעך, און בארואיגן זיך פון די שרעקעדיגע איבערלעבעניש.
“איז אז מיר רעדן שוין פירן ביידע צוזאמען אויס, ווילן מיר זיך באדאנקען פאר הצלה און פאר די דאקטוירים אין שפיטאל, אויף די געטרייע ארבעט, און מיר קענען נאר זאגן, גיבט אייך אכטונג ביים בויען אייער סוכה, ונשמרתם מאד לנפשותיכם.”