מעקסיקא סיטי – אמווייניגסטנס דרייצן זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט דריי קליינע קינדער, ווען א מעקסיקאנער מיליטערישע העליקאפטער האט אראפגעקראכט העכער א באוואוינטע געגנט. דער העליקאפטער, וועלכע האט געפירט מעקסיקא’ס אינערן מיניסטער און דער גאווערנאר פון די אועקסאקא סטעיט, איז געפארן העכער אועקסאקא, צו באטראכטן שאדנס און דעסטרוקציע אינעם ראיאן, פון א מאסיווע 7.2 ערדציטערניש וואס האט פאסירט פרייטאג ביינאכט, אומווארפנדיג עטליכע געביידעס און אויסשאלטערנדיג די עלעקטעריציטעט פאר צענדליגער טויזנטער איינוואוינער. דער דרייווער פונעם העליקאפטער האט פרובירט צו לאנדן, אז די הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע זאלן זיך קענען אומקוקן פונדערנאענט אויף די שאדנס און רעדן צו לאקאלע באאמטע, ווען עס האט פלוצלינג אנגעהויבן פאלן צו דער ערד מיט א שנעלקייט, אראפקראכנדיג אויף צוויי קארס. אלע אינעם העליקאפטער האבן איבערגעלעבט, אבער 13 אויף דער ערד זענען אומגעקומען.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.