אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סירישע מיסיל און איזראעלי פליגער

סיריע – די טערקישע רעגירונג האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג פאר דעם אמעריקאנער מיליטער, אז זיי זאלן קאאפערירן כאטש טיילווייז איבער’ן צושטאנד אין סיריע, און ספעציפיש איבער די קורדן וועלכע געפינען זיך אין סיריע גאר נאענט צום גרעניץ מיט טערקיי. דאס טערקישע מיליטער האט מיט עטליכע וואכן צוריק אונטערגענומען מאסיווע באמבארדירונגען און ערד אפעראציעס קעגן די אנטי-אסאד קורדישע רעבעלן, וועלכע ווערן געשטיצט דורך אמעריקע, מיט’ן אויסרייד אז די רעבעלן שטעלן אין געפאר טערקיי’ס זעלבסטשטענדיגקייט, ווייל זיי ווילן זיך אריינכאפן קיין טערקיי.

טערקיי’ס מיליטערישע אפעראציעס קעגן די קורדן, האט געברענגט פרישע אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און טערקיי, און אצינד וויל טערקיי בארואיגן די סיטואציע, און זי שלאגט פאר, אז טערקישע און אמעריקאנער טרופן זאלן זיין אינאיינעם סטאנציאנירט אין דער גרעניץ שטאט מאנבידזש, און טערקיי וועט ארבעטן צו באשיצן די אמעריקאנער טרופן.

פון: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.