פון אלץ און אלעמען

ויהי אחר המבול: אינטערוויו מיט רבי יוסף סערעבראנסקי, איבער די מצב אין יוסטאן נאך האריקעין הארווי

וואס טוט זיך אין יוסטאן?

אחר המבול’דיגן’ אינטערוויו מיט הרב יוסף סערעבראנסקי, א חשוב’ער חב”ד רב אין דענווער איבער די מצב אין יוסטאן, זייענדיג אין די משלחת פון 50

טיילווייזע ליסטע פון די הילף וואס מען האט צוגעשטעלט פאר די אידן אין טעקסעס.

חב”ד שלוחים וואס זענען געפארן געבן חיזוק און הילף צו די ארטיגע אידן.

אריינפיר: שוין לאנגע טעג און וואכן וואס די וועלט איז איבערגעקערט מיט די שווערע און שטורעמישע האריקעינס וואס האבן פארפלייצט א צאל שטעט אין טעקסעס, און שרייבנדיג די שורות ווערן געמאכט נויטיגע צוגרייטונגען, עוואקואציעס, און ארבעט פאר פרישע שווערע האריקעינס וואס וועלן באטרעפן פלארידע.

די האריקעינס האבן געשטעלט אין שאטן די פריערדיגע רעקארדירטע האריקעינס, און האבן געבראכן אסאך רעקארדס, אריינגערעכנט די פאקט אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס אמעריקא ליידט פון צוויי אזעלכע שטארקע האריקעינס אין די זעלבע צייט.

אידן זענען אויך געווען אין די נייעס, ווען גאנצע אידישע געגנטער זענען פארפלייצט געווארן, און אסאך ארגענעזאציעס זענען געווען אינסטרומענטעל מיטן שיקן אסאך עסן און הילף מאטריאל.

מיר כאפן א שמועס מיט א חשוב’ער רב הרב רבי יוסף סערעבריאנסקי שליט”א, די שליח פון יוניווערסיטי אין דענווער, איבער די מצב אין טעקסעס, איבער “וויאזוי נעמט מען זיך צוזאם פון אזא געשעעניש.”

אידישער ווינקל: וואס איז די מצב יעצט אין טעקסעס? קענט איר געבן א שטיקל אפהאנדלונג, וויפיל אומגעקומענע עס זענען דא, ווי האלטן די וואסערן? און וועלכע געגנטער זענען שוין נישט אונטערן וואסער?

רבי יוסף: פאר די פונקטליכע נומערן וועט איר דארפן נוצן גוגל ווייל איך ווייס זיי נישט, וואס איך ווייס יא איז אז עס זענען אומגעקומען אסאך מענטשן, כ’האב געזען ווי די פאליציי פארן ארום אין “דאמפ טראקס” וואס זענען גאר הויעך צו זוכן פאר קערפער.

יעצט איז די וואסער אינגאנצן אראפ, אלעס איז שיין און גרין און מען קען ניטאמאל באמערקן אז דא איז אמאל געווען וואסער… וואס יא, מען קען זען פארנט פון יעדן הויז א הויפן פון 5-6 פיס מיט העלצער, אייזן, און פארשימלטע אביעקטן. דער עולם איז העפטיג אריינגעטון און אפשיילן חרוב געווארענע ווענט, שיעטראקס און טיילס.

די גרעסטע פראבלעם איז די “מאלד” וואס זאמלט זיך אן פון וואסער, זיי וואקסן אריין איבעראל, און ווערן שעדליך, דערפאר מוז מען אויסרייסן אלס וואס איז נאס, עס זעט אויס ווי די מלאכי חבלה זענען דא ערשינען און אויסגעריסן אלסדינג…

אידישער ווינקל: וואו זענען יעצט אלע אידישע איינוואוינער פון טעקסעס, איז מען שוין צוריק אין די הייזער?

רבי יוסף: יא, מער ווייניגער

אידישער ווינקל: אידן האבן שאדן געהאט זאכן?

רבי יוסף: יא בעיקר די אידישע נעיבערהוד אין מייערלענד ווי עס וואוינט די פרומע עולם, עס איז נעבן א טייכל וואס לויפט דורך, אז ווען עס רעגנט זאל אלע וואסער פליסן צום ים, די טייכל איז געווארן העכער מיט 5 פיס! און די גאנצע געגנט איז געווארן א מקוה, עס איז אומגלויבליך. יעדע הויז איז געווען אין וואסער, מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן. אפילו די וואס האבן געבויעט זייערע הייזער 6 פיס העכער דער ערד האבן אויך די וואסערן דערגרייכט בבחינת אין בית אשר אין שם מת.

די פרומע אידישע געגנט האט ממש יעדער איינער געהאט שאדן, די וואסער זענען געגאנגען העכער די אויטאס, און גארנישט פארשוינט.

אידישער ווינקל: וואס האט חב”ד געטון צו העלפן די אידישע איינוואוינער?

מען שטעלט אויס פולע מזוזות צו איבערקוקן, און טרוקענען, אין איינע פון די הילף צענטערן אויפגעשטעלט אין יוסטאן.

רבי יוסף: חב”ד אין יוסטאן האט געטון א געוואלדיגער ארבעט צו ארויסהעלפן אידן, זיי פארמאגן א הכנסת אורחים פאר מענטשן וואס דארפן קומען צו די “יוסטאן מעדיקל צענטער” פאר באהאנדלונג, און עס איז אפן די גאנצע יאר פאר בחינם מיט אפארטמענטס און עסן און אזוי ווייטער, אידן קומען מיט נישט געזונטע פאמיליע מיטגלידער עס קומען אהין מענטשן פון ארץ ישראל און וויליאמסבורג און פון רוסלאנד ביז מאנסי, און עס איז אומבאשרייבליך וואספארא חסד דארט גייט אלס פאר. זיי האבן דארט א קאמערציעלע קאך וואס פון דארט שטעלט מען צו עסן פאר די באנוצער פונעם הכנסת אורחים, יענע געגנט איז סך העכער און האט נישט געליטן פון די פארפלייצונגען אלזא מען האט גענוצט די קאך צו קאכן עסן ממש רונדע דעם זייגער, און מען האט מהנא געווען אידישע קינדער מיט כשר’ע עסן.

אידישער ווינקל: די חב”ד הייזער זעלבסט זענען באטראפן געווארן פון די האריקעין?

רבי יוסף: דער חב”ד רב אין יוסטאן האט געליטן שאדן אין זיין פערזענליכע הויז, אבער די חב”ד צענטער וועלכע איז אין די אלטע אידישע געגנט האט געהאט מזל. די וואסערן זענען אנגעקומען ביז די שטיגן. (מ’קען עס זען אויף די בילדער) מען דארף ארויפגיין ארום 6-7 שטיגן, און כמעט וואס מען האט נישט געהאט קיין שאדן בס”ד.

קידוש השם: אן איינוואוינער אין יוסטאן טעקסעס, געשטיקט מיט טרערן באדאנקט זיך פאר א חב”ד שליח וואס האט אים געראטעוועט!

דארט האט מען טאקע געמאכט א געוואלדיגע הילף צענטער, מען האט דארט פארטיילט וויכטיגע פראדוקטן, פון אשר יצר פאפיר ביז וואסער באטלעך, עס איז זענען געקומען אהין איבער 50 שלוחים פון ארומיגע געגנטער צו העלפן מיט אראפנעמען און איבערקוקן מזוזות און געבן חיזוק פאר די אידן דארט.

אידישער ווינקל: וואס האט אייך די מערסטע באנומען פון די אלע זאכן?

רבי יוסף: מען זאגט אין ענגליש אז מען גייט צו א “שבעה הויז” איך זאג אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך גיי צו א שבעה אויף א הויז, און נישט אין א הויז. עס איז ממש א הימל געשריי וואס מיר האבן דארט צוגעזען. אבער די מערסטע עמאציאנאל בין איך יעצט, ווייל אזויווי בשעת אן עקסידענט ווי איינער ווערט נפטר, איז מען אזוי פארנומען מיט די ניתוח, און רופן גאווערמענט אפיסעס אז עס נעמט צייט ביז מען הייבט אן כאפן און קלאגן, פארשטייענדיג אז מען האט א נפטר…

אנהויב זענען מיר געווען אזוי פארנומען שאפן געלט, לויפן און טון פון צופרוה ביז ביינאכט אז מיר האבן נישט געהאט קיין רגע צו טראכטן, אבער יעצט ווען מיר הייבן זיך אן בארואיגן, קומען מיר ארויף די סצענעס אין קאפ, און ממש עס ברענגט מיר טרערן. איך קען נישט באצייכענען איין ספעציפישע זאך, אבער אלעס אינאיינעם איז איין שטיק פארלוסט, כ’האב צוגעזען ווי מענטשן מוזן זיך שיידן מיט טייערע ווערדפולע חפצים צוליב וואס איז אלעס איז אנגעשטעקט מיט מאל”ד.

די ארבעט אין די “יונייטעד ארטעדאקס סינעגאג” בית המדרש וואס איז געווארן אויסגערייניגט פון ממש אלעס.

עס איז אין א געוויסן זין סך ערגער ווי ווען עס פאסירט א פייער, ווייל דאן איז עס א פרייד אז די מענטשן זענען כאטש געבליבן לעבן, און מען ווייסט אז מען קען גארנישט טון, אלעס איז פארברענט און פארניכטעט. אבער דא איז עס גייסטיש פיינפול, אלעס איז דא, אלעס ליגט אין הויז, אבער מען מוז בידים אלעס ארויסווארפן. כ’האב צוגעהערט זיפצן פון א פארפאלק וואס האט געמוזט ארויסשלעפן 2 גאר באדייטנדע מעיב שטיקער, איינס פון איין זיידע, און ד צווייטע וואס האט א אנדערע טייערע היסטאריע, זיי האבן דאס ארויסגעשטופט פון שטוב מיט נאסטאלגיע, צער, און אומווילן, מיין הארץ האט געריסן! כ’האב מיטגעהאלטן ווי מענטשן ווארפן ארויס חתונה אלבוימס, טייערע בילדער, שיינע טשאטשקעס, ספרים און אזוי ווייטער, עס איז זייער ביטער און מען פארשטייט דאס נישט.

אידישער ווינקל: זענען פאראן בתי מדרשים אדער ספרי תורה וואס זענען געשעדיגט געווארן?

יא, די ארטעדאקסישע שול “UOS ” United Orthodox synagogue איז ליידער נאס געווארן און אויסער די טאוולעך אויפן וואנט האט מען געדארפט אלעס אויסליידיגן, אריינגערעכנט די בימה און טישן, ביזן אויסרייסן די קארפעטס, און טיילס, אבער ספרי תורה מיין איך זענען נישט געגאנגען קאליע.

מיר שליסן דעם שמועס מיט א דאנק צום חשוב’ן רב, השי”ת זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.