הארלעם – א ניו יארק סיטי פייערלעשער איז געשטארבן פרייטאג אינדערפרי, אין א העלישן פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א געביידע אין הארלעם. דאס פייער האט אויסגעבראכן אינמיטן ארבעטן אויף א פילם אין דער געביידע, און אזוי שנעל האט זיך דאס פייער צעשפרייט לענגאויס די אויבערשטע שטאקן, אז עס האבן געשפריצט שרעקעדיגע פלאמען בשעת גרופעס פייערלעשער זענען אריינגעגאנגען אינעווייניג און געארבעט עס צו פארלעשן און צו פארזיכערן אז קיינער געפינט זיך נישט אינעווייניג. דער פייערלעשער, אידענטיפיצירט אלס מייקל דעיווידסאן, איז געשטארבן נאכ’ן ווערן אפגעטיילט פון א גרופע פייערלעשער אין דער געביידע, און ער האט פארלוירן זיין וועג ארויס. מעיאר דעבלאזיא, פייער קאמישאנער נעגרא, און אנדערע סיטי באאמטע, האבן ארויסגעגעבן טרייסט וואונטשן פאר דער דעיווידסאן פאמיליע – און אויסער דעם איין פאטאליטעט, האבן צוויי פייערלעשער געליטן וואונדן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.