עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל: פירער פון די ען-די-פי פארטיי טרעט אויף אין בית המדרש בעלזא זאגנדיג “מיר וועלן נישט צולאזן קיין שום אנטיסעמיטישע פארזוכן” ››› איינדרוקספולע באזוך אין מאנטרעאל מצה בעקעריי לאזט איבער די באאמטע העכסט איבערגענומען.
די מאנטרעאל אידישע ציבור האט אויפגענומען עטליכע פאליטישע באאמטע און שטאטישע פירער וואס זענען געקומען צייגן סימפאטיע און פארדאמונג אויף די אנטיסעמיטישע אקט ווען א גרופע גוים האבן זיך אנגעקליידט מיט געלע סטיקערס אין די ‘אוטרעמאנט סיטי קאונסיל’ צו פראטעסטירן די פארמערונג פון שולע באסעס פון אידישע מוסדות התורה וואס בליען און פארמערן זיך ב”ה, כן ירבה וכן יפרוץ.
צווישן די געערטע באאמטע צו אויפטרעטן מיט רעדעס און באזוכן אין עטליכע אידישע ווינקלען אין שטאט מאנטרעאל זענען געווען דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער קאנדידאט און לאנגיעריגער פארלאמענט מיטגליד טאמעס מולקעיר, א באקאנטער אוהב ישראל וואס שטייט צו די זייט פון די אידישע געמיינדע אין מאנטרעאל, און העלפט ארויס מיט וואס ער קען, און דער אינדיאנישער אפשטאמיגער ‘דזשעג מיט סינג’ וועלכע איז דער פירער פון די נאציאנאלע ‘ען-די-פי’ פארטיי אין קאנאדע.
ר’ מנחם פייג, דערציילט פאר “אידישער ווינקל,” אז די אפיס פון מולקעיר האט אים אנגערופן פרעגן וויאזוי זיי קענען צייגן אז זיי טוען פארדאמען די אקט, און ער האט זיי געזאגט אז א פאון קאול איז גענוג באגריסנד, און ער איז דאס גרייט צו איבערגעבן ווייטער, און זיך געוואלט באדאנקען פארן אינזין האבן די אידישע געמיינדע, ווען די שטאב פון מולקעיר האט אים קלאר געמאכט אז טאמעס וויל אליינס אריבערקומען און אויפטרעטן פארן ציבור, האט ער אנגעהויבן אראנדזשירן די באזוך.
פארגאנגענעם דאנערשטאג אין די צייט פון מנחה מעריב איז די שטאב אין שפיץ פון ‘מולקעיר’ און ‘סינג’ אנגעקומען צו דער בעלזא’ער בית בית המדרש, ווי נאך א קורצע רעדע פון ר’ מנחם איז מולקעיר ארויף אויפן בימה און אדרעסירט די געלע לאטעס פון די צווייטע וועלט קריג, זאגנדיג אז מען וועט דאס נישט צולאזן און מען וועט אלעמאל זיין סענסיטיוו צו אידישע געברויכן.
דאן האט גערעדט סינג וואס האט געמאכט א פונקט אז וויבאלד ער שטאמט אויך פון אינדיאנישן אפשטאם און גייט אנדערש אנגעטון, פארשטייט ער גאר גוט וואס דאס מיינט זיין אנדערש, און ארויסשטארן אין די אנטיסעמיטישע קוויבעק, און ער שפירט אין זיין הארץ דאס וואס אידן גייען דורך מיטן זיין אנדערש, ער האט ווארעם פארשפראכן אז ער וועט טון אלס אין זיין מעגליכקייט דאס צו אפשטעלן און געזאגט אז ער מען קען זיך רעכענען אז ער וועט אויפשטיין קעגן יעדע סארט אנטיסעמיטישע אינצידענט, א שטייגער ווי די געלע סטיקערס וואס זענען אומאקצעפטירבאר, האספול, סענסיטיוו, און דיסקרימענאטיוו.
א הילכיגע קלאטשעריי האט אויסגעבראכן אין שול, און א שיינע ציבור איז צוגעגאנגען שמועסן מיט די חשוב’ע געסט און זיך שיין באדאנקען.
סינג האט זיך נאכגעפרעגט וויאזוי מען זאגט ‘לילה טוב’ אין אידיש, און ערשט נאך כאפן אפאר סעלפיס מיט בחורים און אנוועזנדע האבן זיי אנגעהויבן ארויסגיין פון שול אויפן וועג צום מצה בעקעריי.
די באזוך אין די בעקעריי איז אויך געווען זייער שיין און די באאמטע האבן ארויסגעוויזן ווי זיי גייען דורך א גאר אינטערסאנטער ערפארונג, סינג האט נישט אויפגעהערט כאפן און ווידעא און שטעלן אויף זיין סאושל מידיא, צולייגנדיג ווערטער און קאמענטארן וואס צייגן באגייסטערונג, זיי האבן זיך געטראפן מיט אן עלטערער ארבעטער וואס איז א מלחמה איבערלעבער, און מולקעיר האט זיך פאר אים אויפגעטון אז זיין ווייב איז אידיש, און אז איר פאמיליע האט געדארפט טראגן די געלע לאטע ביי די מלחמה.
די אידישע געמיינדע טוט זיך באדאנקען פאר די באאמטע וואס האבן געצייגט סימפאטיע, און פאר די עסקנים וואס האבן דאס צושטאנד געברענגט.
בילדער וואס איר האט אין ערגעץ נישט געזען