אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פוילן קויפט מיסיל שוץ פון אמעריקע

ווארשא – די פוילישע רעגירונג האט נעכטן אונטערגעשריבן אן אפמאך, צו קויפן דעם פארגעשריטענעם “פאטריאט” מיסיל שוץ סיסטעם פון אמעריקע, אין ווערד פון 4.75 ביליאן דאלאר. דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז דער אפקויף, וועלכע איז די גרעסטע וואפן-אפקויף אין פוילן’ס היסטאריע, וועט צושטעלן שטארקע פארטיידיגונג פאר’ן לאנד – אבער עס איז געווען דערווארט אז רוסלאנד וועט שטארק ברויזן אויף דעם אפקויף, וויבאלד זי וועט עס אויסטייטשן ווי א מיליטערישע סטראשע פון פוילן.

רעגירונג באאמטע אין ווארשא זאגן, אז פוילן האט טאקע באשלאסן אפצוקויפן די מיסיל שוץ סיסטעמען, נאכדעם וואס רוסלאנד האט לעצטנס אריבערגעפירט נוקלעארע מיסילס קיין קאלינינגראד, א ראיאן נאענט צו דער גרעניץ צווישן רוסלאנד און פוילן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.