ווירדזשיניע – די וועלט פון טעכנאלאגיע און אינטערנעט איז אזוי פארדרייט, אז א פירמע האט זיך געלאזט קאסטן א שיינע פאר טויזנט דאלאר, בלויז צו קענען באקומען איר באנוצער נאמען אויף א פאפולערע סאציאלע מידיא פלאטפארמע “סנעפ-טשעט”.
א פופצן יעריגער ביים נאמען דאריאן ליפסקאמב האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק אויפגעסיינט אויף “סנעפ-טשעט” און פארכאפט דעם נאמען “קארניוואל קרוז”, און אצינד ווען די באקאנטע “קארניוואל קרוז” קרוז שיף פירמע האט געוואלט עפענען אן אקאונט אויף דער פלאטפארמע, האט זי געזען אז דאריאן האט עס שוין.
האבן זיי דעריבער געברענגט א גרויסן טראק מיט שילדן דערויף קיין פראספעקט, ווירדזשיניע, וואו דאריאן וואוינט אין זיינע עלטערן’ס היים, און האבן געמאכט גרויס מצב, זיך צו בעטן ביי אים אז ער זאל זיי דאס אוועקגעבן. זיי האבן אים געברענגט קרוז שיף רייזע בילעטן, אין ווערד פון 5 טויזנט דאלאר, ביז ער האט מסכים געווען.