ווירדזשיניע – מענעדזשערס און אינוועסטירער אין עטליכע גרויסע פאבריקן פון דער אמעריקאנער אוויאציע פירמע “באואינג”, דרוקן אויס ערנסטע זארג איבער א מעגליכע האנדלס קריג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע לענדער, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט אז ער לייגט ארויף גרויסע אימפארט שטייער שטראפן אויף אלע וועלט’ס לענדער.
אין אן ארטיקל וואס איז נעכטן ערשינען, האבן איינגעשטעלטע אין א באואינג פאבריק אין טשארלסטאן, ווירדזשיניע געזאגט, אז זיי האבן עטליכע גרויסע ניי-געפארטיגטע “באואינג 787” פליגערס, וועלכע ווארטן אפגעשיקט צו ווערן קיין כינע און יאפאן, אבער אויב כינע און יאפאן שטעלן ארויף אימפארט שטראפן אויף אמעריקאנער ביזנעסער, אלס נקמה קעגן טראמפ, וועט דאס שטערן די סארט פארקויפונגען, און עווענטועל קאסטן טויזנטער דזשאבס בלויז אין דעם איינעם פאבריק.