ביזנעס און פינאנץ

רעקארד שטראף פאר וועלס פארגא

וואשינגטאן – קוועלער אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג האבן נעכטן געזאגט, אז די קאנסומער פיינענשאל פראטעקשאן ביורא פלאנירט אין די קומענדיגע טעג ארויפצושטעלן א רעקארד גרויסע שטראף אויף די פינאנציעלע ריז “וועלס פארגא”, איבער דעם וואס זי ווערט באשולדיגט אין פארלעצן קאנסומער רעכטן אין פארבינדונג מיט אויטא אינשורענס און מארטגעדזש הלוואות.

די קוועלער האבן געזאגט פאר רויטערס, אז דערווייל איז נישט קלאר פונקטליך וויפיל דער שטראף וועט זיין, אבער ס’וועט זיכער זיין העכער ווי אפאר הונדערט מיליאן דאלאר, און דער דירעקטאר פון דער דערמאנטער ביורא, מיק מולוועיני, וויל א שטראף פון אזוי הויך ווי איין ביליאן דאלאר, וואס וועט זיכער שיקן א שאק אין דער פינאנציעלער אינדוסטריע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.