טשיקאווע נייעס

פאליציי ארעסטירן “ווינטער” באנדיט

ניו יארק – פאליציי אפיצירן אין אפסטעיט ניו יארק שפירן דאס וואס יעדער שפירט אין די יעצטיגע טעג, אז מען איז שוין מיד פונעם לאנג-פארצויגענעם ווינטער און מ’וויל אביסל ווארימע טעג.

די פאליציי דעפארטמענט אין אירי קאונטי, ניו יארק, האבן ארויסגעשטעלט א טשיקאווע מעלדונג, אז זיי האבן ארעסטירט “ווינטער”, מיט דער האפענונג אז ער וועט אפטראגן… די מעלדונג איז געקומען בייגעלייגט מיט א בילד פון א גרויסן באשעפעניש, צוגעשריבן די ווערטער “הער ווינטער, דו ווערסט געשטעלט אונטער ארעסט, דו האסט רעכט צו בלייבן שטיל אדער אפטראגן. יעדעס ביסל שניי וואס דו פראדוצירסט פון יעצט און ווייטער, וועט גענוצט ווערן קעגן דיר אין געריכט”…

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.