• אריינפיר •
שטייענדיג אינדרויסן פון דעם גיגאנטישן זאל ווי עס זענען פארגעקומען די מאסיווע ‘סאבאטאזש’ שפילן, האט מען דורכאויס חול המועד געקענט זען און באטראכטן פיר מאל די ספעציעלע און אויסערגעווענליכע סצענע ווי טויזענטער אידישע קינדער שטראמען ארויס פון זאל מיט א שמייכל, און נישט נאר קינדער האבן ארויסשפאצירט רעדנדיג פארגאפט פון זייערע לעצטע עטליכע שטונדן, נאר אויך בחורים און אינגעלייט האבן זיך אנגעזען אין די שווארצע כוואליע פון מענטשן וואס האבן זיך צעטיילט און אלע דירעקציעס. איינער האט געשפרייזט רעכטס, און דער צווייטער איז געגאנגען לינקס, אבער אלע זענען פאראייניגט מיטן זעלבן ציל, ווי איין פאראייניגטער גרופע, קומענדיג צו די שפיל פון סאבאטאזש, מיטהאלטנדיג פאר די לעצטע עטליכע שעה די דראמאטישע און אינטערסאנטע שפיל.
די שפיל ‘סאבאטאזש’ איז ווידעראמאל געווען ‘אומגלויבליך’ און ארויפגעשטופט די אידישע פלעימארקעט’ס ערווארטונגען צו פרישע שטאפלען און דערגרייכונגען מיט מעגא פראפס און געדאנקען און סצענעס פון פריידן און ליידן. די וואס האבן זיך באטייליגט האבן זיך אויסגעדרוקט אז זיי האבן זיך ממש געשפירט מיט די אקטיארן אין רוסלאנד, די לאנד פון וועלכע די שפיל געשיכטע האט זיך גערעדט.
אין אונזער דעקונג איבער די סאבאטאדזש שפיל, וועלן מיר כאפן א בליק איבער די געשיכטע און הויכפונקטן פונעם שפיל, שטעלן פראגעס צו עטליכע שטאב מיטגלידער, און געוויס ברענגען הערליכע בילדער וואס איר זעט דעם ערשטן מאל. יעצט ליינט איבער די שפיל.
• די געשיכטע פון סאבאטאזש •
כאטש וואס די שפיל האט פארמאגט 17 סצענעס זענען אבער רוב סצענעס נישט געווען אזוי לאנג, געוויסע סצענעס זענען געווען קורץ און געוויסע לאנג, יעדע לויט וויאזוי עס האט זיך אויסגעפעלט.
אין קורצן האט זיך די שפיל גערעדט איבער די צייטן אונטער די אייזערנעם פארהאנג וואס האט געהערשט אין די קאמוניסטישע רוסלאנד, און ווי שווער עס איז אנגעקומען פאר די ארטיגע אידן צו האלטן אידישקייט.
די שפיל האט אריינגעפירט אין א געשיכטע וויאזוי א טאטע וואס איז געווען אן “אינדזשעניר” האט זיך געוואלט ארויסזען פון דעם גיהנום אין וואס ער און זיין פאמיליע האבן געלעבט. בעיקר איז זיין ציל געווען זיך ארויסצוזען, כדי צו קענען האלטן ‘אידישקייט’ אומגעשטערט, נאכדעם וואס איין קינד זיינעם איז שוין געווען קאלט צו אידישקייט, און האט נישט געוואלט אז זיין אנדערע קינד וואס ער האט פארמאגט זאל אויך אוועקפאלן.
דער טאטע האט געארבעט ביי א רוסישער פארשוין מיט’ן נאמען “וואויטשעק זיט” וואס איז געווען געשטעלט דורך מאמע רוסלאנד, אהערצושטעלן ערפינדונגען פאר די וועלט מיט וואס זי האט זיך געגרויסט. דער וואויטשעק זיט האט אנגעשטעלט א רחמנות’דיגע פנים פאר דעם איד’ל כאילו ער איז אים דא צו העלפן, אבער אין אינ’מת’ן האט ער פארארבעט מעשים אז עס זאל קיינמאל נישט געלונגען פאר דעם איד צו קענען אויספירן זיינע חלומות און אנטלויפן, וויבאלד ער האט אים נאך געוואלט האבן אין זיין פאבריק צו ארבעטן פאר אים.
די מעשה האט זיך ווייטער געצויגן וויאזוי דער איד האט פארלוירן זיינע קינדער, דורך דעם וואס דער וואויטשעק האט אים אין די לעצטע רגע אפגעהאלטן פון קענען אנטלויפן מיט פאלשע פאפירן, אבער פאר זיינע קינדער איז דאס יא געלונגען.
דער איד איז געווארן שרעקליך דערביטערט וואס האט פאסירט צו אים, ספעציעל ווען ער האט אויסגעפונען אז דאס איז גאר דער ארבעט פון זיין בעל הבית וואויטשעק זיט.
ווען עס איז געקומען דער צייט און דער וואויטשעק זיט האט שוין געוואלט פטור ווערן פון דעם איד, האט אים דער איד אונטערגעשטעלט א שפיצל מיט איינער פון זיינע ערפירונדונגען וואס האבן געמאכט דעם וואויטשעק זיט צו שאנד און צו שפאט פאר אלע באאמטע פון מאמע רוסלאנד, אזש מען האט אים אפגעשיקט צו דעם קאלטן סיביר אויסצולעבן זיינע יארן.דער איד איז שוין געווען אויפן וועג צו פרייהייט אינדערצייט וואס דער וואויטשעק זיט איז אפגעשיקט געווארן אין “סיביר”. דא אבער האט זיך דער איד’ל פארהאנקערט אין שטיינער, וואס זענען אים געשטאנען אין וועג און האבן צוגעפירט אז מען זאל אים אויך אפשיקן אין סיביר, דארט ווי זיין געוועזענער בעל הבית האט זיך געפונען. פאר דעם איד איז אונטערגעקומען א געלעגנהייט זיך צו ראטעווען, אבער אן קיין פריעדיגע ווארענונג האט זיך דער וואויטשעק זיט דערוואוסט פונעם פלאן און זיך אויך צוגעכאפט דערצו, וואס האט צוגעפירט אז בייזע געפעכטן זאלן אויסברעכן צווישן די צוויי אויפ’ן וועג צו זייער פרייהייט.
אין די לעצטע מינוט, ווען עס האט אויסגעזען ווי דער איד וועט
שוין נישט זיין אויף דער פריי, איז ער אבער וואונדערליך געראטעוועט געווארן און זיך פאראייניגט מיט זיינע פארלוירענע קינדער, דורכדעם וואס ער האט פאר’נער’ט דעם וואויטשעק זיט וואס האט אים געוואלט צוריקהאלטן פון ארויסגיין אויף דער פריי.
• די הויכפונקטן פונעם שפיל •
די פראפס זענען געווען וואונדערליכע שטיקער ווי קיינמאל בעפאר, אריינגערעכנט אז ס’איז געבויעט געווארן א טרעין וואס איז געווען באמת שווער צו דערקענען צו דאס איז עכט, אדער נאכגעמאכט. די טרעין איז ארויפגעקומען אויפן סטעידזש אלס טייל פון די אנטלויף אקציע ווען דער איד האט געוואלט אנטלויפן. אינמיטן דער רייזע אויפן טרעין איז טונקל געווארן אויפן סטעידזש, און מען האט נאר געקענט זען אזאנע לעקטערס, וואס האבן אויסגעזען ווי עס שיינט ארויס פון א טרעין וואס פארט פארביי אין די נאכט שטונדן. ווען עס איז צוריק ליכטיג געווארן האבן זיך די פארזאמלטע אינעם זאל געטראפן אין די אינעווייניגסטע חלק פונעם טרעין…
• אן עראפלאן ביים שפיל! •
אויך ביי די דריטע אנטלויף אקציע פון דעם איד’ל צוזאמען מיט וואויטשעק זיט, איז אויפן סטעידזש ארויפגעקומען אן “עכטער” עראפלאן. מען האט געהעריג געקענט עפענען די טירן פונעם עראפלאן זיך אריינזעצן און אנהייבן פארן. אפילו די גערודער וואס דער עראפלאן האט ארויסגעגעבן האט געמאכט שפירן די פארזאמלטע ווי מען זיצט אינעם עראפלאן גרייט צו אנטלויפן פון דעם קאלטן סיביר.
• די הויז פונעם איד •
די הויז איז געווען געבויעט גאר פראפעסיאנאל, מיט א בוידעם וואס איז גענוצט געווארן צו באהאלטן דאס קינד ווען די “קעי דשי בי” זענען געקומען אונטערזוכן דעם הויז.
• די לופטפעלד •
ביי איינע פון די סצענעס איז געווען א לופטפעלד וואס האט אויסגעזען ווי א רוסישע לופטפעלד במלוא מובן המלה, אריינגערעכנט איז געווען אלעס אויפגעשריבן מיט גרויסע ‘רוסישע’ בוכשטאבן, וואס איך גלייב אז נאר די אקטיארן וואס האבן געשפילט זייער ראלע האבן דאס געקענט ליינען. ס’איז באמת געווען צום באוואונדערן אויף וואספארא פאכמאנישן אופן דאס איז געווארן פאבריצירט.
• טאנצערס ביים שפיל •
ביי דעם אויסשטעלונג האט אפגעווארט אן איבעראשונג, ווען ספעציעלע “טאנצערס” האבן געמאכט א שיינע טאנץ און האבן אונטערגעהאלטן די טויזענטער פאר לאנגע מינוטן.
די שפיל האט געברענגט פיל פארגעניגן פאר טויזענטער אידן, און וועט נאך ברענגען טויזענטער שעות פון כשר’ע אונטערהאלטונג, פאר פראגעס ארום דעם שפיל, וועלן מיר אפהאלטן עטליכע אינטערוויוס מיט שטאב מיטגלידער.