פון אלץ און אלעמען

אינטערוויוס מיט שטאב מיטגלידער פון סאבאטאדזש שפיל


שמועס מיט ר’ הערצקא ראזענבערג פון די טאלאנטפולע אנפירער פון די שפיל


אידישער ווינקל: פארוואס איז מען געגאנגען אזוי ווילד מיט די פראפס, מער ווי אין די פארגאנגענע יארן?

מען שטעלט אויף דעם ריזיגן טרעין וואס איז געווען דער געשפרעך פון טאג ביי אלע צוקוקער. און געווען א געוואלדיגע חידוש ביים שפיל.

ר’ הערצקא: איך וואלט עס בכלל נישט אנגערופן ווילד, אין אמת’ן אריין זענען דאס יאר די פראפס געווען קלענער בכמות ווי אין די פריערדיגע שפילן, עס זענען נישט געווען קיין צוויי שטאקעדיגע בנינים וכדו’. עס איז טאקע געווען א פליגער און א באן, וואס האבן זיך אויסגעפעלט צו ציען די מעשה ווייטער.

ווען מען בויעט א מעשה, נאך איידער מען טראכט פון די פראפס, פרובירט מען אהער צ שטעלן א גאנצע געלונגענע מעשה מיט אלע דעטאלן, מען שרייבט און מען מעקט, ביז די מעשה שטימט פון אלע אנגלען. דערנאך פרובירט מען דאס בעסטע צו מאכן מיט די פראפס אז עס זאל שטימען לויט די מעשה. און היי יאר איז די מעשה געשריבן געווארן מיט א באן און אן עראפלאן. און מען האט פרובירט דאס בעסטע דאס אויסצושפילן אויפ’ן שענסטן שטייגער.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען די שווערסטע זאך וואס איז געשטאנען אין וועג, ביי די יעצטיגע שפיל?

עס איז קיינמאל נישט גרינג אהער צו שטעלן אזא פראדוקציע, און אויך דאס יאר איז נישט געווען אנדערש, און עס האט געקאסט שווערע כוחות ביז מען איז ב”ה אנגעקומען צום אומגלויבליכן ענדע.

איך וואלט געזאגט אז די שווערסטע זאך איז געווען די סקריפט, יעדעס ווארט זאל שטימען מיט די תקופה, יעדעס ווארט זאל זיין אויסגעהאלטן לויט די מעשה, און נישט אוועק פארן פון די ארגינעלע געדאנקען. דאס מאכן מענטשן שפירן אין רוסלאנד איז גאר נישט קיין גרינגע עסק… אין טערמינען פון פראפס איז ווארשיינליך די שווערסטע זאך געווען דער עראפלאן, צו קענען שאפן אן עכטן עראפלאן וואס זאל קענען ארויף פארן אויפ’ן סטעידש און געבן דעם עולם צו שפירן אן אויטענטישן געפיל איז געווען פארבונדן מיט אסאך ארבעט. אונזער פראדאקשאן מענעדזשער ר’ יוסף וואסערמאן האט שווער געארבעט דערויף ביז מיר האבן דאס ב”ה געקענט איינהאנדלען און ארויף שטעלן צו די צופרידנהייט פונעם ציבור.

אידישער ווינקל: עס האט זיך ארומגעדרייט שמועות נאכ’ן שפיל אז עס האט זיך געדארפט געפונען נאך א בדחן אויפן סטעידזש, וואו איז יענער געווען, און ווער איז דאס געווען?

ר’ הערצקא: דאס איז מיין קרוב ר’ ירמי’ ראזענבערג, וואס האט געדארפט האבן א טייל אינעם שפיל, אבער איז הייזעריג געווארן אינדערפרי פאר’ן ערשטן שפיל, פארלירנדיג גענצליך זיין שטימע. בחסדי ה’ האט מען אין די לעצטע מינוט באוויזן ארום צו טוישן עטליכע חלקים אינעם שפיל וואס האט געמאכט אז אלעס זאל שטימען. עס איז געווען שווער אבער מיט א שטילע תפלה צו השי”ת האט אלעס ב”ה געקלאפט אויפ’ן בעסטן פארנעם.

אידישער ווינקל: ווילאנג האט מען פראקטיצירט פארן שפיל?

ר’ הערצקא ראזענבערג און ר’ וועלוול שמעלצער הי”ו זיצן ביים צענטער פון וואו מען פירט דעם שפיל, און מען רעדט גראד אריין אין די אויערן פון די אקטיארן.

ר’ הערצקא: זינט חנוכה

אידישער ווינקל: די עראפלאן וואס איז געווען אויפן סטעידזש איז געווען אן עכטער, אדער איז דאס געווען פאלש מיט צוגעלייגטע לעמפלעך?

ר’ הערצקא: ווי געזאגט איז דאס געווען אן עכטער עראפלאן וואס מען האט געקויפט.

אידישער ווינקל: פארוואס האט מען געדארפט אהערשטעלן די שפיל מיט גאנצע 17 סצענעס?

ר’ הערצקא: מען האט נישט “געדארפט”, מען הייבט אן צו שרייבן די מעשה, און מען פארמירט די סצענעס לויט די געשיכטע. די נומער 17 איז אפשר אסאך אבער ס’איז בס”ה א מעשה צוטיילט אין מערערע קלענערע סצענעס אז די מעשה זאל קענען ווערן אויסגעשפילט ווי ס’דארף צו זיין.

אידישער ווינקל: ווער זענען געווען די ‘טאנצער’ גרופע, זענען זיי אפיציעלע טאנצערס א גאנץ יאר?

ר’ הערצקא: זיי זענען ריכטיגע רוסישע “קאזאקן” טאנצער וואס מען האט אראפ געברענגט ספעציעל פאר דעם שפיל.

די עכטע פליגער וואס האט געדינט אלס פראפ, און געפארן אויפן סטעידזש.

 

אידישער ווינקל: וואס איז געווען דער געדאנק פון אריינברענגן יואלי לעבאוויטש צווישן איין סצענע אין די צווייטע אויסצורופן די ספאנסערס, וואלט מען זיי נישט געקענט דערמאנען אינמיטן פונעם שפיל?

ר’ הערצקא: ספאנסארס זענען א שיין חלק פון די וואס העלפן אזא גרויסארטיגן שפיל צושטאנד קומען, און עס קומט זיך זיי צו דערמאנט ווערן ביים שפיל.

ביי אונזער פאריגן שפיל האבן מיר צוריק געהערט פון מענטשן אז די ספאנסארס אינמיטן א סצענע נעמט אוועק דעם געשמאק פון א שפיל, ספעציעל אין דראמאטישע מאמענטן, דעריבער זענען מיר אויפגעקומען מיט’ן געדאנק אז ד

י ספאנסארס זאלן דערמאנט ווערן צווישן די סצענעס אן שטערן דעם שפילן.

 

אידישער ווינקל: איז ר’ וועלוול שמעלצער געווען פארמישט אין אנדערע אקטיוויטעטן פונעם שפיל אויסער דאס אונטערזאגן?

ר’ וועלוול ברענגט אסאך חידושים צום טיש, און איז פארמישט אינעם שפיל פון גאנץ פרי, און ער דירעקטירט דעם גאנצן סטעידזש בשעת דעם שפיל. (א ביישפיל, דער געדאנק אז “שרגא” פאלט אריין איןוואויטשעק’ס ארעמעס, אינעם זעקסטן סצענע, איז ר’ וועלוולס חידוש).

אידישער ווינקל: וואס איז געווען די שטערקסטע “פידבעק” וואס איר האט שוין ביזדערווייל צוריקגעהערט פון באטייליגטע ביים שפיל?

ר’ הערצקא: אז עס איז געווען העכסט אידישלעך און אויסגעהאלטן, דאס איז וואס מיר האבן צוריק געהערט פון מערערע מענטשן.

און יעצט פון די פערספעקטיוו פון אן אקטיאר אויפן פלאטפארמע.


קורצע שמועס, מיט דער אקטיאר ר’ ירמי טעסלער, טאלאנטפולער מוזיק מבין אין אידיש נחת.


אידישער ווינקל: וואס איז די הויפט חילוק מצד די אקטיארן פון די פארגאנגענע שפילן ביז די יעצטיגע סאבאטאזש שפיל?

ירמי: אז די צוויי הויפט אקטיארן זענען געווארן ארומגעטוישט, פאריאר איז ארי’ אבראמאוויטש געווען דער איד און חיים ברוין האט געשפילט דער מאפיאנער, די יאר איז דאס געווען פארקערט.

אידישער ווינקל: די שווערסטע אויפגאבע היי יאר?

ירמי: דאס צולייגן א 4’טע שפיל איז א גאר שווערער עסק.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען דיין אקט ביי די יעצטיגע שפיל?

ירמי: איך בין געווען א איד מיטן נאמען שלום שטראסער פון רוסלאנד, איך האב פרובירט ארויסהעלפן דעם איד (חיים ברוין) צו אנטלויפן פון רוסלאנד און אינמיטן די שפיל האט “וואויטשעק” אויף מיר ארומגעשמירט ווי כאילו איך זאל זיין דער וואס פארטיילט אים צרות און מסור’ט אים אגאנצן צייט.

אידישער ווינקל: פארוואס האבן טייל אקטיארן פארמאגט קלענערע שטיקלעך ווי די אנדערע?

ירמי: א שיין בילד וואס אן ארטיסט מאלט, ווערט צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע קאלירן, רויט, בלוי, גרין, געל…. אויב זאל דער ארטיסט מחליט זיין “פארוואס זאל איך נוצן מער רויט? אלע קאלירן דארפן זיין די זעלבע…” וועט געווענליך דער בילד נישט אויסקומען שיין. א בלויע הימל, מיט א גרינע פעלדל, און א קליין ביסל רויט און א ברוינע בענקעלע ערגעץ וואו… אט אזוי קומט ארויס א שיין בילד.

דאס זעלבע איז ווען א קעכער מאכט א גוטן רעצעפט, און לייגט אריין ספייסעס, לייגט ער דריי לעפלעך צוקער, א גלאז זאלץ, אפאר ברעקעלעך אינגבער, און א קליין לעפעלע פעפער, און אזוי קומט ארויס א געשמאקע מאכל. זאל דער קעכער אבער מחליט זיין אז ער וויל לייגן די זעלבע מאס פון יעדע ספייס, וועט עס נישט האבן קיין שום טעם.

קאכן און פארבן זענען “ארט”, און דאס זעלבע מיט א שפיל. יעדער איינער האט זיין ספייס, יעדער איינער האט זיין טעיסט און קאליר, און יעדער איינער, אפגעזעהן וויפיל מינוט ער האט געהאט אויפ’ן סטעידזש, איז געווען א ספייס וואס האט ערגענצט דעם בילד.


אדאנק פארן אראפגעבן פון אייער צייט, און אדאנק פארן אהערשטעלן שיינע געשמאקע אונטערהאלטונג אויף א כשר’ע אופן

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.