וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער באטראכט פארשידענע אפציעס וויאזוי צו רעאגירן צו דער ברוטאלער כעמישער וואפן אטאקע, וואס דער אסאד רעזשים האט דורכגעפירט אויף אומשולדיגע ציווילע בירגער אין סיריע, און ער וועט באשליסן דערויף אין די קומענדיגע טאג-צוויי.
ביי א זיצונג אין ווייסן הויז, האט טראמפ ווידערהאלט זיינע אויפגעברויזטע געפילן איבער דער כעמישער וואפן אטאקע, זאגנדיג אז אמעריקע קען נישט בלייבן פאסיוו, ווען אזוינס פאסירט אויף אומשולדיגע מענער, פרויען און קינדער. ווייסע הויז קוועלער האבן אבער געזאגט אז ס’וועט מעגליך נישט זיין קיין מיליטערישע רעאקציע.
טראמפ’ס סטעיטמענטס זענען געקומען אין דער זעלבער צייט וואס מ’האט געהערט, אז א מיליטערישע באזע אין סיריע איז באמבארדירט געווארן דורך א באראזש פון מיסילס, אומברענגענדיג פערצן אפיצירן, אריינגערעכנט 3 איראנער, אבער דערווייל איז א מיסטעריע ווער עס האט דורכגעפירט די באמבארדירונג.
דער פענטאגאן האט קלאר געזאגט אז אמעריקע איז נישט געשטאנען אונטער דער באמבארדירונג, און סיריע, רוסלאנד און איראן זענען אינאיינעם ארויסגעקומען באשולדיגן מדינת ישראל אין דער באמבארדירונג, מיט רוסלאנד וועלכע זאגט אז זי האט אויפגעכאפט די גענויע מאנעוורעס פון איזראעלישע פליגערס.