אריינפיר: וואו גייסטו פארברענגן דעם ‘חול המועד’ איז אן אפטע פראגע וואס איז געפרעגט געווארן צענדליגע מאל בעפאר דעם יום טוב, און וועט נאך געפרעגט ווערן אין דעם יום טוב אליינס צענדליגער מאל, ווען קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זוכן וואו צו גיין זיך אויסגעבן אביסעל, אויף פארשידענע אופנים, איינער אין א פארק, דער צווייטער אין טיר-גארטן, דער דריטער ביים וואסער.
אבער דאס אז מען זאל קענען גיין פארברענגען אינאיינעם מיט נגינה וואס באנעמט די נשמה, דורך די סאמע בעסטע בעלי מנגנים ביי דעם היימישן ציבור, האט זיך קייינער נישט געראכטן. כאטש עס קומען פאר יערליך חול המועד קאנצערטן צווישן אנדערע נישט חסידישע קרייזן, איז אבער ביי דעם חסידישן ציבור נאכנישט געווען אזא זאך, וואס זאל זיין אויסגעהאלטן און צוגעשטעלט אויף די העכסטע סטאנדארטן אין די מוזיק וועלט, ספעציעל פאר דעם היימישן עולם.
לאמיר נישט מאריך מיט קיין לאנגע הקדמות, נאר צוטרעטן צום ענין און אביסעל ארומרעדן איבער די נעכטיגע קאנצערט, וואס עס האט זיך אלס אפגעשפילט אין די ‘מעסטער אדיטורים’ אין ברוקלין, מיט די היימישע שטערנס בעולם הנגינה, אריינגערעכנט דעם וועלט בארימטן בעל מנגן ‘שמואלי אונגאר’ צוזאמען מיט די ‘אידיש נחת’ קווייער אין שפיץ פון דעם טלאנטפולער ‘מושי קרויס, שמעי ענגל, דובי מייזעלס, דער מלך המלחנים יוסי גרין, ידידים קווייער, און דער פרייליך ארקעסטער.
די אוונט הייבט זיך אן
יעדע חלק פון דער נאכט איז געווען א הויכפונקט פאר זיך, אנגעפאנגען מיט ר’ וועלוול גאלדשטיין, פון די בארימטע מוסד ‘בית לפליטות’ וואס האט אויפגעטרעטן מיט א ווארימע רוף צו אחינו בני ישראל אז מען זאל שטיצן די מוסד צוליב אירע פעולות וואס זי טוט, אויפצורעכטן היימישע שטובער.
דערנאך האט די ‘פרייליך ארקעסטער’ אנגעהויבן צו שפילן פרייליך מיט דעם בעל מנגן ר’ שמעי ענגל, ניגונים פון דעם יום טוב פסח, אריינברענגענדיג דעם עולם אין א לוסטיגע שטימונג. ווען שמעי האט פארענדיגט דעם אריינפיר צו דעם נאכט, האט ער מיט אן ענטוזיאסטישע שטומע אויפגערופן שמאלי אונגאר אויפצוטרעטן פאר די פארזאמלטע, און זיי מהנה זיין מיט זיין נגינה.
שמואלי האט אנגעפאנגען מיט דעם ניגון ‘עוד ישמע’ פון זיין פאריגע אלבום, און מיט דעם פארגעזעצט צו זינגען מער לעבעדיגע ניגונים וואס האבן זיך געפונען אויף זיינע צוויי אלבומס וואס ער האט שוין ביזדערווייל ארויסגעגעבן.
נייע גראמען אויפן שוהל ניגון
דערנאך איז געקומען די רייע פון דעם משמח אלוקים ואנשים ר’ וועלוול פעלדמאן אויפצוטרעטן, שמואלי האט צוזאמען פארברענגט מיט ר’ וועלוועלן פאר א שטיק צייט אויפן סטעידזש, ווען אינצווישן האט שמואלי מכבד געווען ר’ וועלוול צו פאבריצירן נייע גראמען אויף דעם ‘שוהל ניגון’ וואס איז ערשינען אויף זיין אלבום וואס איז נארוואס ארויסגעקומען אים זאגענדיג: “וועלווי קענסט אראפשרייבן נייע גראמען אין דיין מעמאו אויף דיין כלי משחית דארט?…” האט ר’ וועלוול צוריקגענפערט האלב שטיל מיט א שעמנדיגער תנועה, “איך קען פרובירן, אבער מיין פאון פארמאגט א פילטער…”
ווען ר’ וועלוול איז ארויס איז אריינגעקומען די ‘אידיש נחת’ קווייער אין שפיץ פון ר’ מושי קרויס אין א ספעציעלן מארטש, די ‘אידיש נחת קווייער’ האט אנגעהויבן צו זינגען מיט זייערע קלינגעדיגע קעלכ’לעך וואס האט אפגעהילכט אין דעם גאנצען זאל, דאס איז געווען דער הויכפונקט פונעם “ברכה און נחת” קאנצערט וואס דער עולם האט ארויסגעקוקט צו זען וויאזוי שמואלי וועט פערפארמירן צוזאמען מיט די ‘אידיש נחת’ קווייער.
ווען דאס האט זיך גענדיגט איז געקומען דער צווייטער לעוועל פונעם נאכט, ווען שמואלי איז ארויס, און מושי קרויס האט אנגעהויבן צו ווייזן פארן עולם וויאזוי און וואס מען דארף אלס קענען צו ווערן אנגענומען אין די בארימטע ‘אידיש נחת’ קווייער.
א נייע קאנדידאט פאר אידיש נחת…
מושי האט דערציילט פארן עולם אז ער האט באקומען א טעלפאון רוף פאר יום טוב, פון א טאטע וואס האט אנגעטראגן אז זיין אינגל וויל זינגען אין די אידיש נחת קווייער, און ער האלט אז זיין אינגל פארמאגט די נויטיגע כלים זיך צו קענען איינגלידערן אין די קווייער, מושי האט גענפערט פאר דעם טאטן אז ער האט נישט יעצט די צייט בעפאר יום טוב זיך אריינצולייגן דערין, און אויב דער טאטע וויל קען ער אים שיקן חול המועד צו דעם קאנצערט און מען וועט אים דארט אויספרובירן צו ער טויגט דערפאר.
ווי נאר מושי האט פארענדיגט זיין געשיכטע, איז א זיס בא’חנ’טער אינגעל פון 10 יאר אלט ‘יענקי גרין’ ערשינען אויפן סטעידזש, וואו ער איז ענטפאנגן געווארן דורכן עולם מיט גרויס-צעפענטע אויגן, ווי איינער זאגט לאמיר זען וואס דא גייט זיך אפשפילן, לאמיר זען וואס דו קענסט אלס באווייזן…
מושי האט זיך גלייך גענומען צו די מלאכה פרעגנדיג דעם אינגל “וועלכע ניגון ער קען די בעסטע אז ער דארף אפילו נישט טראכטן, און קען עס זינגן פון חלום ארויס? האט דער אינגל גענפערט מיט תמימות ‘הנני רופה לך’ פון יוסי גרין, אויף דעם אלבום פון מבד. מען האט אנגעפאנגען מיט איין לעוועל פון דעם ניגון אבער עס האט נישט געטויגט, דער אינגל איז נאך געווען צו שמענדיג צו קענען זינגען, און נאך פארמאגט אין זיך אביסעל פחד פון דעם גרויסן אודיענץ וואס ער האט דערזען פאר זיך. האט אים מושי געזאגט “פארמאך דיך דיינע אויגן און לייג זיך אריין אין די ווערטער פון די ניגון” דער אינגל האט טאקע אזוי געטון איין מאל, אבער עס איז נאך אלץ נישט געווען ווי עס דארף צו זיין, א צווייטער און דריטן מאל, ביז ער האט זיך גענומען זינגען מיטן גאנצן קראפט, אזש דער עולם האט נישט געגלייבט וואס איז פלוצלינג געשען מיט דעם קינד, אז ער האט באקומען אזא מעכטיגע שטימע…
די ‘אידיש נחת’ קווייער האט אינצווישן אויך אראפגעזינגען ניגונים וואס זענען געווען אויף די פריעדיגע צוויי אלבומס פון אידיש נחת, איינס דערפון איז געווען די לעבעדיגע ניגון ‘בני בראתי את היצר’ וואס אויף דעם ניגון איז געמאכט געווארן א מוזיק ווידעא אין די פארגאנגענהייט, און איז נאכאמאל אראפגעשפילט געווארן אויפן סקרין פארנט פון די פארזאמלטע.
נייע ניגונים ווערן געזינגען
א נייער חידוש וואס איז אנטפלעקט געווארן ביי דעם קאנצערט איז געווען ווען די ‘אידיש נחת’ קווייער האט געזינגען א נייער ניגון וואס רופט זיך ‘שלום’ און וועט ערשיינען אויף די קומענדיגע “אידיש נחת נומער דריי” דער ניגון איז א הערליך שטייטע ניגון, וואס יוסי גרין האט קאמפאזירט פאר דעם נייעם אלבום. אידיש נחת דריי איז ערווארטעט צו זיין אין די געשעפטן אסרי חג שבועות.
ווען די ‘אידיש נחת’ קווייער איז ארויס איז ר’ וועלוול פעלדמאן נאכמאל אריינגעקומען, און האט דערציילט פארן עולם אז ער מיט נייעם קאמפאזער ‘הערשי וויינבערגער’ האבן אינאיינעם געמאכט א אידישער ניגון וואס האט זיך הערליך צוזאמגעשטעלט דורכדעם וואס ער האט געברענגט די ווערטער, און הערשי די תנועה, וועלוול האט געזאגט, אז ער האט באשלאסן צו געבן דעם ניגון פאר דעם בארימטן בעל מנגן ר’ שמעון ענגל וואס ארבעט אויף א נייעם אלבום, ארויסצוגעבן בקרוב. דאן איז שמעי ערשינען אויפן פלאטפארמע און האט אראפגעזינגען דעם נייעם ניגון מיט’ן גאנצן הארץ, וואס נאר איינער ווי שמעי קען דאס באווייזן, ווען אויפן סקרין האבן געווירבלט הערליכע סצענעס, פון וועלדער און פעלדער באוואקסן מיט הויכע גראז, וואס האט גאר שטארק צוגעגעבן צום דעם מצב אריינצושלעפן די פארזאמלטע.
א קומזיץ מיט דובי מייזעלס
דערנאך האט ר’ יואל הערש פוקס אויפגעטרעטן מיט א פאר הומאריסטישע דיבורים, איבער די מכת דם וואס דער אויבערשטער האט געשלאגן מצרים, ארויסברענגענדיג אז די בלוט אין מצרים איז געווען שלעכטע בלוט, אבער אצינד וועלן מיר דא האבן גוטע בלוט, וואס דאס ראשי תיבות פון דם איז ‘דובי מייזעלס!’
דובי מיט די אנפירער פון די ‘פרייליך ארקעסטער’ צבי בלמנפעלד, נחמן דרייער, שלמה שפילמאן, און אברומי שרייבער, האבן אינאיינעם אנגהויבן א קומזיץ פון ווארימע ניגונים, אריינשלעפנדיג דעם עולם אין א פרישע אטמאספער פון שטייטע קומזיץ ניגונים, אויף הויכע טענער.
יוסי גרין ניגונים
ווען דובי מייזעלס האט גענדיגט דעם קומזיץ, האט מושי קרויס אויפגערופן דעם מלך המלחנים ‘יוסי גרין’ צו קומען שפילן און זינגען אויף דעם פיאנע. יוסי האט אנגעפאנגען זאגנדיג: ” אז פאר 30 יאר צוריק האט ער דאס ערשטע מאל געמאכט א ניגון ‘קול ברמה’ פאר א לאנדאנער קינדער קווייער, און איז געזינגען געווארן פאר א קאנצערט וואו די קינדער האבן דארט געזינגען. “אצינד האט זיך שוין גענדיגט דעם ערשטן רינג פון די 30 יאר, און איז גרייט אנצופאנגן דעם צווייטן רינג פון נאך 30 יאר צו זינגען מיט א קינדער קווייער”, און טאקע מיט דעם ניגון פון ‘קול ברמה’. דער ניגון איז געזינגען געווארן דורך דעם ילד הפלא ‘חיים לעבעוויטש’ צוזאמען מיט יוסי גרין וואס איז געווען גאר א שיינער ספעקטאקל מיטצוהאלטן.
מאמענטן מיט נפתלי משה שניצלער
“לאמיר נישט פארגעסן וועמענס נאמען עס שטייט אויף די דעקל פון יעדע נייע סידי וואס קומט ארויס, דאס איז דאך ר’ נפתלי משה שניצלער וואס אטעמט אידישע מוזיק, און איז אויסן ווייטער צו צושטעלן היימישע מוזיק פאר דעם היימישן עולם, אין די צוקונפט, האט מושי אויסגערופן…”
ר’ נפתלי משה, האט געוויזן פארן עולם וואספארא פראצעדור א ניגון גייט אדורך פונעם געבוירן ווערן ביזן שפילן אין די היימישע שטיבער, אריינגערעכנט אויף וואסערע ריטום דער ניגון זאל לויפן, וואסערע סארט מוזיק דער ניגון זאל אין זיך ענטהאלטען. יוסי אליין האט זיך אויסגעדרוקט אז נישט אלע ניגונים וואס ער פאבריצירט נעמט ר’ נפתלי משה אן, עס דארף דורכגיין אן עקסטערע אונטערזיכונג דורך די צוויי געניטע אויערן פון ר’ נפתלי משה אז דער ניגון זאל ווערן אנגענומען אלס א ניגון מיט א פנים.
צום שלוס
צום שלוס האט שמואלי געהויבן דעם עולם מיט לעבעדיגע הארא ניגונים פון זיין לעצטיגער אלבום, אריינגערעכט, לכבוד שבת, מי כמוכה’ און אמת, מיט ‘מאך א ברכה’ צוזאמען מיט די ‘אידיש נחת’ קווייער, וואס האבן גאלאפירט מיט הערליכע מארטשן אויף די ריטום פון די ניגונים.
פאר בילדער פון די ‘ברכה און נחת’ מוזיק פראגראם דרוקט דא.