אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טראמפ צו רוסלאנד: מיסילס גייען קומען צו פליען

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעגעבן אן ערנסטע און קאטעגארישע סטראשע קעגן רוסלאנד, שרייבנדיג א מעסעדזש, “רוסלאנד סטראשעט אראפצושיסן אלע מיסילס וועלכע ווערן געשאסן אויף סיריע. זייט גרייט רוסלאנד, ווייל די מיסילס גייען קומען, גוטע און נייע און קלוגע! דו זאלסט בעסער נישט זיין קיין שותף מיט א גאז-מארד חי’ וועלכער דערמארדעט זיינע אייגענע בירגער און האט הנאה דערפון!”

טראמפ’ס שארפע ווערטער זענען געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס רוסלאנד האט געווארנט דינסטאג נאכמיטאג, אז אמעריקע זאל זיך נישט וואגן צו נעמען קיין שום מיליטערישע שריט קעגן דעם אסאד רעזשים, און אז רוסלאנד וועט אראפשיסן סיי וועלכע אמעריקאנער מיסילס, און אויך וועט דאס רוסישע מיליטער באמבארדירן די אמעריקאנער שיפן אדער באזעס פון וואו די מיסילס ווערן ארויסגעשאסן.

די קאמענטארן פונעם פרעזידענט האבן געגעבן אנצוהערן, אז אמעריקע פלאנירט טאקע א באלדיגע מיליטערישע אטאקע אויף סיריע, און דאס האט געברענגט פראגעס פון אנדערע מערב וועלט לענדער, און פונעם אמעריקאנער פובליק, אבער דאס ווייסע הויז ווארטזאגערין, סערע סענדערס, האט קלארגעשטעלט נעכטן נאכמיטאג, אז דערווייל איז נאכנישט געמאכט געווארן קיין באשלוס וויאזוי צו רעאגירן צו דער כעמישער אטאקע, און אלע אפציעס ווערן באטראכט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.