אלדזשיריע – איבער 250 מענטשן זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט פליטים פון מערב סאהארא, נאכדעם וואס א מיליטערישער פליגער פון אלדזשיניער האט אראפגעקראכט נעבן דער ארטיגער הויפטשטאט. דער פליגער האט אראפגעקראכט קורץ נאכדעם וואס עס האט זיך אויפגעהויבן פונעם לאקאלן לופטפעלד, און עדות האבן דערציילט אז זיי האבן געזען ווי איינע פון די פליגלען הייבט אן ברענען, ממש געציילטע סעקונדעס איידער דער פליגער האט אראפגעקראכט.
צענדליגער פייערלעשער, רעטונגס ארבעטער און מיליטערישע באאמטע, האבן געארבעט לאנגע שטונדן ביים צעשפאלטענעם פארברענטן פליגער, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיינער האט נישט איבערגעלעבט. אן אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן.