לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע שיקט נעשאנעל גארד

סאן פראנציסקא – דער קאליפארניער גאווערנאר, דזשערי בראון, האט מסכים געווען צו נוצן געלטער וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געשאנקען פאר די סטעיט, אויף צו שיקן פרישע פיר הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער, צו העלפן באוואכן די גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא. גאווערנאר בראון, א ליבעראלער, קריגט זיך ארום מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע אויף פארשידענע פראנטן, און איז ביז יעצט געווען דער איינציגסטער גאווערנאר פון אלע סטעיטס וואס פארמאגן גרעניצן מיט מעקסיקא, נישט אויסצופאלגן טראמפ’ס פארארדענונג צו נוצן די נעשאנעל גארד צו באוואכן די גרעניץ. נעכטן האט ער זיך געבראכן און מסכים געווען צו טראמפ’ס פארלאנג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.