לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע וועט נישט שיקן נעשאנעל גארדס

לאס אנדזשעלעס – די קאליפארניער סטעיט רעגירונג האט צוריקגעצויגן פון זייער פלאן צוצושטעלן 400 נעשאנעל גארד זעלנער ביי דער מעקסיקאנער גרעניץ אויף טראמפ’ס פארלאנג. פאריגע וואך האט דער דעמאקראטישער קאליפארניער גאווערנאר דזשערי בראון געהאט געמאלדן, אז די סטעיט וועט זיך צושטעלן און שיקן 400 נעשאנעל גארד זעלנער, וואס דאס האט געברענגט לויב ווערטער פון פרעזידענט טראמפ. למעשה הערט מען אז קאליפארניע האט צוריקגעצויגן, וויבאלד זיי האבן געהאט באשטעטיגט די 400 זעלנער, נאר אויב די זעלנער וואלטן גענוצט געווארן פאר געזעץ אינפארסמענט צו כאפן קרימינאלע גענגס און דראגס שמוגלערייען, אבער נישט ארויסצוהעלפן די טראמפ אדמיניסטראציע’ס שטרענגע אימיגראציע פאליסיס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.