סעאל – לויט באריכטן, דיסקוסירן צפון קארעא און דרום קארעא די מעגליכקייט, פון אפיציעל דערקלערן אן ענדע צו דער קריג צווישן די צוויי לענדער, וועלכע גייט שוין אן פאר 68 יאר. עס איז א שטארקע מעגליכקייט, זאגן די באריכטן, אז די ענדע פון דער לאנג-פארצויגענער קריג וועט געמאלדן ווערן ביים סאמיט צווישן די פירער פון ביידע לענדער אין 10 טעג ארום.
צפון קארעא און דרום קארעא זענען אפיציעל נאך אלץ אין מלחמה איינער קעגן צווייטן, זינט די 950’ער יארן, וואס טראץ די שלאכטן און קאמפן האבן זיך אויפגעהערט דעמאלט נאך עטליכע יאר, איז די קריג קיינמאל נישט געקומען אפיציעל צו אן ענדע, נאר ביידע לענדער האבן מסכים געווען אנצוגיין ווייטער, מיט דער “דעמיליטעריזירטער זאנע” וואס טיילט אפ צווישן זיי ביידע.
אויב וועט טאקע צושטאנד קומען די מלחמה-ענדע דעקלעראציע, וועט דאס זיין א גאר היסטארישע געשעעניש, און אויסערן פאליטיק עקספערטן זאגן אז מען קען דערווארטן אז דער קומענדיגער שריט נאך אזא דעקלעראציע, וועט זיין אפצושאפן די “דעמיליטעריזירטע זאנע”, און שאפן א געהעריגע ציווילע רואיגע גרעניץ צווישן די צוויי לענדער.
גייענדיג צום דרוק: סי-איי-עי דירעקטאר האט מיט צוויי וואכן צוריק אפגעשטאט געהיימע באזוך אין צפון קארעא, און זיך געטראפן מיט קים יאנג אן!