לאקאל און נאציאנאל

דעבלאזיא צוימט קארס פון סענטראל פארק

מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, האט פרייטאג געמאלדן אז סענטראל פארק אין מאנהעטן וועט ווערן “קאר פריי”, אנגעהויבן פון ענדע יוני. דער מעיאר זאגט אז דער קאר פארבאט וועט אריינגיין אין אפעקט אום יוני 27, וויבאלד עס איז דאס לעצטע טאג פונעם סקול סעזאן אין ניו יארק סיטי, וואס דאן פארמערט זיך פיסגייער טראפיק אין און ארום אלע גרויסע פארקס אין דער סיטי.

קארס וועלן נישט מעגן פארן אויף קיין שום ראוד פון דרום פון די 72’סטע סטריט און ווייטער, אבער מעיאר דעבלאזיא האט קלארגעשטעלט, אז דער פארבאט איז דערווייל נאר אויף א פראבע, ווייל די סיטי וועט מאניטערן די סיטואציע און זען וויאזוי עס אפעקטירט די טראפיק אויף די ארומיגע גאסן, און לויט דעם וועט מען באשליסן צי עס זאל ווערן איינגעשטעלט פערמאנענט. פאראיאר זומער איז איינגעשטעלט געווארן א צייטווייליגער קאר פארבאט אויף קארס אין פראספעקט פארק אין ברוקלין, און אצינד איז יענער פארבאט געווארן פערמאנענט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.