טשיקאווע נייעס

אז מ’איז פויל… ווערט מען ארעסטירט

ניו יארק – א ברוקלין פאסט אפיס ארבעטער איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס מען האט געטראפן אין זיין הויז און אין זיין קאר טויזנטער שטיקער פאסט און ענוועלאופס וואס ער האט נישט דעליווערט. דער ארבעטער אלעקסעי גערמאש, וועלכער ארבעט שוין זעכצן יאר פאר דעם פאסט אפיס, האט פארמאגט אין זיין היים אומדעליווערטע פאסט וואס גייט צוריק ביז יאר 05′, און אלעס אינאיינעם האט מען געטראפן זיבעצן טויזנט ענוועלאופס און אנדערע אומדעליווערטע פאסט.

גערמאש האט געזאגט פאר די אויספארשער, אז ער האט נישט דעליווערט די פאסט, נישט ווייל ער האט געוואלט גנב’נען וואס ס’ליגט אינעווייניג, נאר ווייל ער האט געהאט צופיל ארבעט און ער האט נישט געהאט קיין כח צו דעליווערן יעדן טאג אלע פאסט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.