אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פאליציי עוואקואירן באמבע אין צענטער פון בערלין

דייטשלאנד – טיילן פון צענטראל בערלין, דייטשלאנד זענען עוואקואירט געווארן פרייטאג, און א וויכטיגע באן סטאנציע איז אפגעשפארט געווארן, צוליב וואס מען האט זיך געגרייט פאר אן אפעראציע אוועקצופירן אן אומאויפגעריסענע באמבע פון דער צווייטער וועלט קריג עפאכע.

די באמבע, אן עלף הונדערט פונטיגע בריטיש-פאבריצירטע, איז אפגעפונען געווארן ביי א קאנסטרוקציע זאנע נישט ווייט פון דער גרויסער באן סטאנציע אין צענטער פון בערלין, און דאס האט געברענגט אפצושאפן צענדליגער באן רייזעס און אנדערע אקטיוויטעטן אינעם ראיאן. אלעס אינאיינעם זענען עוואקואירט געווארן בערך צען טויזנט איינוואוינער און ארבעטער, אין א שטרעקע פון א סקווער מייל, און נאך א פאר שעה האבן די באאמטע באוויזן סוקסעספול אוועקצופירן די באמבע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.