קאנאדע – א שרעקעדיגע און ווילדע קאר אטאקע האט פאסירט נעכטן אין טאראנטא, קאנאדע, ווען א פארשוין האט דירעקט אריינגעקראכט אין א גרופע פיסגייער אויף א פארנומענעם טראטואר, און דערביי אומגעברענגט 10 מענטשן און פארוואונדעט זעכצן אנדערע.
די אטאקע האט פאסירט בשעת א גרויסע צאל אפיס איינגעשטעלטע זענען געווען אויף זייער פאזע אינמיטן דער ארבעט, און זיך געדרייט אויף דער גאס, ווען דער דרייווער איז געקומען צו פליען מיט א ווילדקייט, ארויפפארנדיג מיט א געדונגענעם ווייסן “ריידער” טרעקל אויפ’ן סיידוואלק.
דער פארשוין איז אנטלאפן באלד נאכ’ן ענדיגן זיין ווילדע אטאקע, און די פאליציי האט אים ערשט שפעטער ארעסטירט. דערווייל זאגן נישט די פאליציי, צי עס איז געווען אן איסלאמישע טעראר אטאקע, נאר אז עס איז געווען א דירעקטע אטאקע, אבער ווי עקספערטן זאגן, האט עס אלע צייכענעס פון אן איסלאמישער טעראר אטאקע.