אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

היסטארישער סאמיט צווישן ביידע קארעאס וועט פארקומען מארגן

סעאל – מארגן וועט פארקומען דער היסטארישער סאמיט צווישן דעם פירער פון צפון קארעא, קים יאנג אן, און דער דרום קארעאר פרעזידענט מון זשאי-אין, און מען דערווארט אז דאס זאל זיין דער אנהייב פון דיפלאמאטישע און נאענטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, האפנטליך צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן.

די זיצונג וועט פארקומען אינעם “שלום ווילעדזש,” וועלכע טיילט אפ צווישן די צוויי קארעאס, און יעדער קליינער דעטאל ווערט פאראויספלאנירט מיט גרויס פארזיכטיגקייט, אריינגערעכנט די מעניו פון עסנווארג, וואס איז אפגעשמועסט געווארן פון פאראויס דורך ביידע רעגירונגען. די מידיא וועט אויך נאר זיין געצוימט, ווייל ביידע לענדער ווילן קאנטראלירן דעם וועג וויאזוי די מידיא דעקט דעם סאמיט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.