סעאל – וועלט’ס לענדער דרוקן אויס גרויס האפענונג, אז עס וועלן זיך ענדליך אנהייבן רואיגע צייטן אויפ’ן קארעאר אינזל, נאכדעם וואס עס איז דאנערשטאג נאכט און פרייטאג אינדערפרי פארגעקומען דער היסטארישער שפיצן-קאנפערענץ צווישן דעם דרום קארעאר פרעזידענט מון זשאי-אין און דעם צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן.
דער היסטארישער שפיצן-קאנפערענץ האט זיך אנגעהויבן מיט א סימבאלישן שפאציר פונעם צפון קארעאר דיקטאטור, וועלכער איז אריבערגעקומען פון צפון קארעא און האט איבערגעטרעטן די אפיציעלע “אנגעצייכנטע ליניע,” וואס טיילט אפ צווישן דרום און צפון קארעא, זייענדיג דער סאמע ערשטער צפון קארעא פירער אראפצוטרעטן אין דרום קארעא.
קים יאנג אן איז באגריסט און אפגעווארט געווארן ביי דער גרעניץ ליניע, דורכ’ן דרום קארעא פרעזידענט, און דאן זענען זיי אויפגענומען געווארן דורך א ספעציעלן מיליטערישן טראדיציאנאלן קארעא-סטיל מארש, און זיי האבן שפאצירט דעם לאנגן וועג אויף אויסגעלייגטע רויטע טעפיכער, ביז צו דער “שלום ווילעדזש” געביידע אין דרום קארעא.
באלד האבן זיך ביידע געזעצט פאר א סאמיט, אין אנוועזנהייט פון ראטגעבער און רעגירונגס באאמטע פון ביידע זייטן. דערנאך האבן קים יאנג אן און מון זשאי-אין געהאט א געלעגנהייט צו פארברענגען און שפאצירן אליינס, און ווי די בילדער צייגן, האבן זיי אנטוויקלט א נאענטשאפט, און געשמועסט זייער פריינטליך.
ביים ענדע פון די היסטארישע שטונדן וואס קים יאנג אן האט פארברענגט אין דרום קארעא, האבן ביידע אונטערגעשריבן א דעקלעראציע, אין וועלכע זיי פארפליכטן זיך אז ביז ווייניגער ווי א יאר וועט דערקלערט ווערן אן אפיציעלע ענדע צום קארעאר קריג, און ביידע וועלן ארבעטן גענצליך פטור צו ווערן פון נוקלעארע וואפנס.
צווישן די רעאקציעס צום היסטארישן סאמיט, האט מען געהערט פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט געזאגט אז אמעריקאנער בירגער דארפן זיין שטאלץ מיט וואס ס’שפילט זיך אפ. רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן געזאגט אז זיי קרעדיטירן פרעזידענט טראמפ, און אויב אלע פארשפרעכונגען ווערן טאקע א רעאליטעט, קומט זיך פאר טראמפ דער “נאבעל שלום מעדאל”.